צצת, עמפמ1נז} עפ1םתמ1נצ 8 1611 6אעמ2ת21ע9פ אעצע1פ
4 .סא
-פ8, 2421 ט4ופ1ו1צ ע{צעטע18160פ1אם
יע 4 ט
1168 גחסמנץפ
6,)ס 111006 1085 0/6סט 4111 {ס 0וס1696/0011ט +1וסווםוװזזסת 1 :100 /וט {ס יז 101671 14 211 200 65 װן/סטם
2
א נאת:) 8008 בפוסםס1צ 41 8,110 ,וו
9 211ע9 ,81,455 , 1451 11 1 4,
אט דאעס צססם תמפנסטפנצ 41 א10דע, א פדדעפט4-4 ,59 1א , 1דפ עט 1ד דע
60 881124מ19110פסנצ | 250-4900 413
)תע0ס. מע ויאע6אצ0ס80מגפ1נסמ1צ. ציעלעץ
עתד תסע ספאזספתאש? עס ןא,זא צתע4א תמ1ן1 תפ1וממנצ }ג,;11טסו1ם סתע8 ןעפ אק צ4ע1פ
;צם פעפונצסעע ,לע
4 1 01960ט) .ם 1006 1
1 1זט06ץט) 106 67 4716/ /ד111זזם1 11811ט711ב) זזוסנוזש6פ 1116 101111601101 1 ז111/50//10 .ם חזחטזסם הוח 100016 8160 208 06 +ז6ט10 1ס1011110011 16/3008 151911160118 0561 .כן /161
1010111115/6 800 614 5001 101111601101 679ט0111/'ש 160116116 8114 /רזזהבן 2 עס פמתאטזםץ סא פּמתעמזאתזא זא ז6116) 000 310615/1 8 1101
{ססתץפ 1201010021 8 68000/4.18קן 201060 עס ,6טחט 6װ00/66 סת 1 זסז1 002068 תסתק010ס עטס ע10 תסחהז1קפת1 סת 1 . ש016811014 100150 04 .151261 ,0ז16:05216 }0 1ת11202 600161/' 2084 0ס1סת 406 שט 4692 8
1285 /?זסקןסענק 4611606021ת1 סת8 +12עץעקסס 106 16506048 /6016-) 8008 ת310015 21ת14210 סת 1 תזגמנסס ססטק סח} ת1 /6ח614 18 4106 415 ,1606טשסתא עטס 04 0684 106 10 .פאססט ;טס תז -1460414160 06 גס ז106ס0 124עץעקסס +תסעזטס סת חס1תטצ 104 אעסטץ תגםקזס תג 15 +1 עס -- 0068 סתטז ששסחא טסץ 14 עס - צעסטצ 4018 0 +18צץקסס 6ע2061 תג 0(סת טסץ 1 .18061ט0ץ8ע01981121110 21 11גתזס צט עס ,153א 413-256-4900 24 סתסתק עט 5ט 024204ס 16256קן
יידישע פֿאַלקס ענציקלאַפּעריע
פּאַר יידישע רעליגיע, געשיכטע, פילאָזאָפֿיע, ליטעראַטור, בּיאָגראַפיע, לענדער-קיבוצים און אַנדערע ענינים
--- פון ---
שמחה פיעטרושקא
ערשטער בּאַנד א - מ
ר מאָנטרעאל 1948 0
408 אס אז סשזאוזמת
אזמתמעס זסצסאע הא זטתסס ג-פושיען 1118
עט 07177006ס 4 0328איד'טז! 114סזאצפ
101061641 3
עט 2772766 מעידזזאזז .סס 6 אזזזפז זמט? /זסאע עד
848 :4ס ,, זג טאזאנסזא
ה ק ד מ ה
בּיים אַרױסגעבּן איצט די , יידישע פאַלקס-ענציקלאָפּעדיע!' אין דער יידישער שפּראַך איז נויטיק צו זאָגן עטלעכע ווערטער ווענן יידישע ענצי- קלאָפּעדיעס בכלל. אונטער דעם נאָמען יידישע ענציקלאָפּעדיע" פֿאַר- שטייען מיר אַזא ענציקלאָפּעדיע, װאָס זאָל אַרומנעמען אלע ענינים פון יידישן לעבּן, פון די עלטסטע צייטן אָן בּיז דער נייער צייט, און די ענינים זאָלן זיין איינגעאָרדנט לויטן סדר פון אלף-בית, ניט סתם אַ זאַמלונג פון עטלעכע, צי עטלעכע צענדליק, גרעסערע אָפּהאנדלוננען. אזא ענציקלאָ- פּעדיע נעמט אַרום די יידישע רעליגיע, געשיכטע, פילאָזאָפיע, ליטעראַמור אין בּרייטסטן זין פון דאָזיקן װאָרט, לעבּנס-בּאַשרײבּוננען פון גרויסע יידי- שע פּערזענלעכקייטן, בּאַשרײבּונגען פון בּאַדייטנדע יידישע צענטערס, מימ אייז װאָרט, --- אַלע וויכטיקע דערשיינונגען אין יידנמטום אין אַלע דורות,
אַזעלכע יידישע ענציקלאָפּעדיעס, סיי אין גרעסערן פאַרנעם, סיי אין קורצע' אומפֿאַנגען, זענען פאַראַן אין א ריי אַנדערע שפּראַכן. די ערשטע יידישע ענציקלאָפּעדיע איז דערשינען אין ענגליש. דאָס איז די גרויסע ,דזשואיש ענסייקלאָפּעדיאַ, דערשינען אין אַמעריקע אין ערשטע יאָרן פון 20טן יאָרהונדערט, אין 12 גרויסע בּענדער, און זי איז דער יסוד פאַר אַלע אַנדערע יידישע ענציקלאָפּעדיעס. בּאַלד דערנאַך זענען דערשינען אין רוסיש די , יעוורעיסקאַיא ענציקלאָפּעדיאַ' און אין העבּרעאיש דער , אוצר ישראל" (אין די יאָרן פאַר דער ערשטער וועלט-מלחמה פון 1914 --- 1918), נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה זענען דערשינען אין דער דייטשער שפּראך דער ,,יידיש-דייטשער לעקסיקאָן, פון א בּיז זעט, אין 9 בּענדער, און אויך עטלעכע בּענדער פון דער גרויסער ,, ענציקלאָפּעדיא יודאַאיקא! (ניט פאַר- ענדיקט). דער זעלבּער פאַרלאַג פון דער , ענציקלאָפּעדיאַ יודאַאיקע"" האָט אויך אַנגעהױבּן אַרױסגעבּן אויף העבּרעאיש אַ גרעסערע יידישע ענצי- קלאָפּעדיע ,,אשכול"י, אָבּער עס זענען דערשינען פון איר נאָר 2 בּענדער, וועלכע דערגייען בּיז אין דער מיט פון בּוכשטאַבּ , אַלף.. אין דייטש איז אויך דערשינען אין איין בּאַנד אַ קורצע יידישע ענציקלאָפּעדיע אין פאַרלאָג ,,פילא''. אין עננליש זענען דערשינען צוויי קורצע יידישע ענציקלאָפּץ- דיעס, יעדע אין איין בּאַנד, איינע אונטער דער רעדאקציע פון יעקב דע האַז:
111 :
ענסיקלאָפּעדיא אָוו דזשואיש נאָלעדזש", און די צווייטע אין פאַרלאָג וואלענמין אין לאָנדאָן. איצט דערשיינט אין אַמעריקע אונטער דער רע" דאַקציע פון דר. לאננמאן אַ גרעסערע יידישע ענציקלאָפּעדיע אין ענגליש. אין העבּרעאיש איז לעצטנס דערשינען 8 קורצע אלגעמיינע , נעמע-ענ- ציקלאָפּעדיע!? מיטן נאָמען , אנציקלופּדיה כללית"' (אױפגאַבּץ פון , מסדת" אין תל אביב), וועלכע נעמט אויך אַרום אין אַ גרעפערער מאָס יידישע ענינים.
די דאָזיקע אַלע יידישע ענציקלאָפּעדיעס, װאָס יעדע פון זיי האָט אירע בּאַזונדערע מעלות, האָבּן אָבּער אַלע איין גרויסן חסרון, נעמלעך, װאָס זי זענען ניט געשריבּז אין דער יידישער שפּראַך און זי זענען דעריבּער ניט פּאַרשטענדלעך פֿאַר יידן װאָס פאַרשמייען ניט גוט העבּרעאיש צי אַנדערע שפּראַכן. איכבּערהויפּט איז עס געווען א ניט נאָרמאַלע און ניט שיינע דערשיינונג, װאָס גראָד אין דער יידישער שפּראַך, אויף וועלכער עס רעדן מיליאַנען יידן, זאָל נים זיין קיין יידישע ענציקלאָפּעדיע. אין די לעצטע 0 יאָר האָט דער דובּנאָװ-פאַנד אָנגעהױבּן אַרױסנעבּן אין יידיש אַן אַלגע- מיינע יידישע ענציקלאָפּעדיע, דאָס הייסט, װאָס נעמט אַרום אַלע געבּיטן פון וועלטלעכער װיסנשאַפּט און קולטור, און א טייל פון איר איז געויד- מעט דעם יידישן לעבּן. אָבּער אויך דידאָזיקע אַלגעמײנע ענציקלאָפּעדיע אין יידיש איז דערווייל דערשינען נאָר בּיז אומגעפער צום סוף פון בּום- שטאַבּ , אַלף'; דער דאָזיקער פאַרלאַג האָט פאַרעפנטלעכט אויך אין דריי בּענדער ,,יידן", 8 זאמלונג פון עטלעכע צענדליק אָפּהאַנדלונגען איבּער אַ ריי יידישע ענינים. אָבּער דאָס אַלץ איז ניט קיין גאַנצע, פון , אַלף" בּיז , תיו'', יידישע! ענציקלאָפּעדיע.
ווען איך בּין געווען אין װאַרשע, מיט 9 יאָר צוריק, אין יאָר 1955, האָכּ איך אָנגעהױכבּן אַרױסגעבּן אין יידיש א יידישע ענציקלאָפּעדיע, פון וועלכער עס זענען דערשינען 4 העפטן בּיז דער מיט פון בּוכשטאַבּ , בית". אין יולי 1989, ערב דער צוויימער וועלט-מלחמה, האָבּ איך און מיין פאַ- מיליע פֿאַרלאָזט פּױלן צוליבּ דער מורא פאַר דעם אָנקומענדן קריג, און זיך בּאַזעצט אין מאַנטרעאל, קאַנאַדע, און דאָ האָכּ איך ווידער אָנגעהױבּן מיין אַרבּייט. אָבּער צוליבּ מאַנגל אין געלט האָבּ איך בּאַשלאָסן צו פאַר- קלענערן דעם אומפאַנג פון דער געפּלאַנטער ענציקלאָפּעדיע, אוז האָכּ זייער פיל געקירצט די שױן-בּאַאַרבּעטע מאַטעריאלן און אויך אױסגעשמראָכן פיל זוכווערמער, און אַזױ אַרום איז אַרױסגעקומען די איצטיקע יידישע פאַלקס-ענציקלאָפּעדיע, װאָס נעמט אַרום, לוט דעם סדר פון אלף-בית, די
עז
וויכטיקערע ענינים פון יידנמום. דערבּיי! װויל איך געבּן פאָלגנדע דער- קלערונגען :
1) איך האָבּ מיך כּאַמיט, אַז די דאָזיקע ענציקלאָפּעדיע זאָל זיין נים נאָר 8 , נאָכשלאנ-בּוך', אין וועלכן מעז זאָל קאַנען בּאַקומען וויסנשאפט- לעכע דאַטעם און איינצלחייטן וועגן וויכטיקע יידנטום-ענינים, נאָר אויך א , לייען-בּוך'', װאָס זאָל זיין בּאַלערנדיק און פאַרשטענדלעך פֿאַר פּשוטע מענטשן. דעריבּער איז אין דער ענציקלאָפּעדיע בּאַנוצט געװאָרן א פּאַ- פּולערער סמיל, אָן ראשי תבות, קיצורים. יעדער אויפדרוק ווערט דער- קלערט דייטלעך, קלאָר; יעדער העבּרעאישער טעקסט וװוערט איבּערזעצט אין יידיש; דער זאַץ-בּױ איז, זוי ווייט מעגלעך, אַן איינפאַכער; עס ווערן, וי ווייט מעגלעך, אויסגעמיטן פרעמדווערטער.
2) אין דער ענציקלאָפּעדיע ווערט געשאַנקען די הויפּט-אויפמערק- זאַמקײן צו די פריערדיקע דורות פון יידנטום, צו דעם װאָס מיר רופן אָן יידישקייט, און דאָס יידישע לעבּן פון דער קעננווארט פאַרנעמם וויי- ניקער פּלאַץ. דאָס האָבּ איך געטאָן דערפּאַר, ווייל אין יידיש איז וועגן מאָדערנעם יידישן לעבּן געשריבּן געװאָרן בּאַדייטנדע בּיכער (אויך אין לעקסיקאָן-פּאָרם, וי זלמן רייזענס לעקסיקאָן פאַר יידישער פּרעסע און לי- טעראַטור, זילבּערצווייגס טעאַטער-לעקסיקאָן), דאַקעגן וועגן יידישקייט אין אייננטלעכן זין פון װאָרט איז אין דער יידישער שפּראַך זייער וייניק פֿאַראַן.
5) עם איז פאַרשטענדלעך, אַז אין אַזאַ קורצער פאָלקס-ענציקלאַ- פּעדיע איז אונמעגלעד געווען צו געבּן וועגן יעד ענין אויספירלעכע און דערשעפּנדע איינצלהייטן; עס איז נאָר אָנגעװיזן געװאָרן אויף די גרונם- ידיעות און די הױיפּט-מאָמענטן פון בּאַהאַנדלטן ענין.
64 אַ גאַנצע ריי אָנגעזעענע יידישע שריפטשטעלער, זשורנאַליסטן, עסקנים, רבנים זענען ניט אַריין אין דער ענציקלאָפּעדיע. דאָס אין נים געווען, חלילה, צוליבּ גרינגשעצונג פוז זייער װוערט. וי איך האָבּ פריער געזאָגט האָבּ איך געמוזט די ענציקלאָפּעדיע זייער פארקירצן, אַזױ אַז זי פאַרנעמט ניט מער זי אַ דריטל פון דעם אומפאַנג, אין וועלכן איך האָבּ איר געהאַט אָנגעשריבּן, און איך בּין ליידער געצוואונגען געווען אױיס- צושטרייכן פיל זוכווערטער. עס איז אָנצונעמען, אַז בּיים שמרייכן בִּין איך בּאַנאַנגען פעלערן אין כּאַשטימען װאָס צו בּאַזייטיקן און װאָס אי-
ז
בּערצולאָזן. בּאַזונדערס האָבּ איך גענומען אין אַכט דאָס װאָס וועגן לי- טעראַטור און פּרעסע און אויך וועגן טעאַטער זענען פֿאַראן די דערמאָנטע צוויי לעקסיקאַנען פון רייזן און זילבּערצווייג, וועלכע געבּן אויספירלעך ווענ! די פּערזענלעכקייטן פון די דאָזיקע יידישע קולטורגעבּיטן.
4) צליבּ דער זעלבּער נויטווענדיקייט צו פאַרקירצן דעם אומפאננ פון דער ענציקלאָפּעדיע האָבּ איך אויך ניט געקאָנט געבּן גענוג בּיבּליאַ- גראפיע, אַזױ אַז נאָר בּיי וויכטיקע ענינים ווערט אָנגעוויזן אויף טייל בֹּאַ- טרעפנדע קוואלן, אין וועלכע מען קאָן געפינען אויספירלעכע ידיעות.
6) ווען דער לעזער געפינט ניט דעם נאָמען פון אַ גרויפער פּערזענ" לעכקייט זאָל ער זוכן בּיים פאַמיליע-נאָמען. למשל װועגן ר' שלמה אבן טבירזל ווערט געגעבּו בּיי ,,גבירול"י, און ר' אברחם אבן עזרא ווערט גע- געבּן בּיי ,,אבן עזרא!!, און ר' שלמח בן אדרת, ווערט געגעבּן בּיי ,, שלמה".
6 נאַכדעם וי איך האָבּ דורכגעקוקט עטלעכע געדרוקטע בּויגנם האָכּ איך בּאַמערקט, אַז עם זענען דאָ און דאָרט אַריינגעפּאלן גרייזן, דרוק- פעלערן, אָבּער אויך מעותים (װוי למשל אין זוכװאָרט ,, דוכן" ווערט אָנגץ- געבּן די גמרא ,, מגלה מ''זי' און עס דאַרף זיין ,,חגיגה ט"זיי און אויך אין מייל אַנדערע ערמער). צום סוף פון דער ענציקלאָפּעדיע על איך געבּן אויסבּעסערונגען פון די גרייזן, וועלכע זענען וועזנטלעך און פירן אַריין דעם לעזער אין מעות.
) דאָס איז דאָס וויכטיקסטע. די יידישע פֿאָלקס-ענציקלאָפּעדיע איז געשריבּן און צונויפגעשטעלט געװאָרן אין א צייט פון די מוראדיק- סטע און שוידערלעכסטע געשעענישן, וועלכע האָבּן ניט צו זיך קיין גלייכן אין דעם נאַנצן שמח פון דער יידישער נעשיכטע. דער גרױזאַמסטער און מערדערלעכפטער יידן-פיינט, היטלער, און זיינע מיטהעלפער די מערדער, האָבּן אַריינבּאקומען אין זייערע רוצחישע נעגל דעם גרעסטן און וויכטיקסטן טייל פון יידנטום, די פיל מיליאָנען יידן פון פּוױלן, ליטע, אוקראַינע, ווייס- רוסלאַנד, בּאַלטישע לענדער, רומעניע און אַנדערע לענדער אין מזרח איי- ראָפּע און מערב-אייראָפּע. אַזאַ איינגרייפן אין דער יידישער געשיכטע האָט ניט קיין שום פאַרנלייך אין דער פאַרגאַנגנהײט. ניט הורבן ירושלים און ניט חורבן ביתר און ניט די קרייץ-פּאָרער און אַפּילו ניט נזרת ת"ח ות''ט, האָבּן ניט אַזױ פאַרניכטעט דעם זאַפטיקסטן און וועזנטלעכ- סטן טייל פון יידישן פאָלק. אין דער יידישער פאָלקט-ענציקלאָפּעדיע האָבּן
זצ
די דאָזיקע מאוימדיקע געשעענישן ניט געקאָנט, ליידער, געפינען דעם ריכ- טיקן אָפּקלאַנג, פּשוט ווייל מיר האָבּן נים קיין קלאָרע ידיעות װועגן דעם װואָס עס קומט פאָר מיט די יידן אין די אַלע לענדער, וועלכע געפינען זיך אין די מערדערלעכע הענם פון די חימלער-חיילות. ווען איך שרייבּ די דאָ- זיקע הקדמה, אין ענדע נאָװעמבּער 1942, קומען אָן דורך פארשידענע וועגן ידיעות, וועלכע זענען די גרויזאַמסטע. חהיטלער האָט געשיקט אויסראָטונגס- עקספּעדיציעס אין די אַלע אַָקופּירטע לענדער אויף אויסצוקוילענען אַלע יידן אין די געטאָס. מען פירט אַרױס יידישע קינדער, אַלטע לייט, פרויען, קראנקע, און מען שעכט זיי אויס, נאַכער קוילעט מען אוים די דערוואקסענע יידישע בּאַפעלקערונג. בּיז איצט זאָלן די דאָזיקע רוצחים האָבּן אויסנע- קוילעט איבּער 2 מיליאָן יידן, און די רציחות און הרינות קומען פאָר וויי- טער. אין דער יידישער פאָלקס-ענציקלאָפּעדיע האָם בּאַדאַרפט זיין מער ווענן די לעצטע פּייניקוננען, װוענן די געמאָס. אָבּער ליידער האָבּן מיר, וי געזאָגט, כמעט קיינע ידיעות ניט, עס זענען דערשינען צוויי בּיכער: איינס אין העבּרעאיש, ,,יון מצולח חחדש'!, פון מ. פּראַנער, אין תל אביב, זומער 1941, און איינם אין אידיש, ,, די יידן אין נאצי פּוילן", פון ל. שפּיז- מאַן, אַקטאָבּער 1942, ניוײיאָרק. אָבּער ביידע נעבּן נים קלאָרע ידיעות. איך װעל מיך בּאַמיען צו געבּן װאָס מער איינצלחייטן אין פטן בּאַנד פון ענציקלאָפּעדיע אין זוכװאָרט , מלחמה"". די פּרמים, װאָס ווערן אָנגץ- געבּן וועגן לעבּן פון יידן אין די אײיראָפּעאישע לענדער אין די פאַרשידענע זוכווערטער (ווי ,, װאַרשע", ,, ווילנע'' וכדומה), אַנטשפּרעכן נים דער איצ- טיקער שוידערלעכער ווירקלעכקייט.
וי עס איז דער מנחג ישראל װעל איך דאָ דערמאַנען מיין פאָמטער, ר' ישראל יצחק פּיעטרושקאַ זכרונו לברכח, וועלכער איז נפמר געװאָרן איז עלטער פון 76 יאָר אין תל אביב ה' אייר ת"ש, און אויך מיין מוטעץר חיה דינה תחי', וועלכע וואוינט איצט אין תל אביב. זיי האָבּן זיך בּאַמיט אין מיר איינצופלאַנצן אחכה צו לערנען, און אױכּ איך האָבּ דערװאָרבּן אַבּיסל וויסן, האַבּ איך עס זיי צו פאַרדאַנקען. איך וויל דאָ אויסדריקן אַ דאַנק מיין ליבּער פרוי, רחל תחי', וועלכע האָט מיר פיל געהאָלפן אין מיין לעבּנסוועג. און זאָלן דאָ דערמאַנט ווערן מיינע צוויי ליבּע קינדער: מייז זון שמואל פּיעטרושקאַ נ"י, וועלכער האָט בּאַקומען זיין דערציאונג אין ארץ-ישראל און איז דאָרט געווען אן עובד אדמה, און ווען דער קריג איז אױסגעבּראָכן, אין סעפּטעמבּער 1989, איז ער מיט א גרופּע זיינע חברים פון אירגון צבאי לאומי, גלייך אַרינגעטרעטן אַלס מתנדב (פריי-
זוע
וויליקער) אין דער בּריטישער אַרמײ אין נאָענטן מזרח און אַנטײלגענומען אין פיל שלאַכטן; און אויך מיין טאָכטער נינה פּיעטרושקאַ תחי'
איך וויל דאָ אויסדריקן אַ דאַנק אַ גרופּע פריינט און מנדבים, ווצלכע האָבּן מיר געהאָלפן פינאַנציעל אַרױסצונעבּן די ענציקלאָפּעדיע. די רשימה פון זייערע נעמען גיב איך צום סוף פון דאָזיקן ערשטן בּאַנד פון דער יידי- שער פאַלקס-ענציקלאָפּעדיע. א כּאַזונדערן דאַנק וויל איך אויפדריקן מיין ליבּן חשובן פריינט ר' חירש װאָלאָפּסקי, אַרױסגעבּער פון ,,קענעדער אַד- לער'!, וועמען איך האָבּ צו פאַרדאַנקען זייער א סך און בּאזונדערס די מעגליכקייט ארױסצוגעבּן די ענציקלאָפּעדיע.
מאָנטרעאל, ענדע דעצעמכבּער, 1942,
שמחה פּיעטרושקאַ
א (אלף) דאָס ערשטע אות פון אלפ-בות אין העבּרעאיש און יידיש. דער ,אלף" שטאמט דערפון, וואס אין דעם גאָר אלטן העברעאישן אלף-בית האָט דער בוכשטאַבּ ,;אלף'' געהאָט דעם אויסזען פון א קאָפּ פון אן אָקס, און אַן אָקס אויף העבּרעאיש הייסט ,אלף''. דאָס דאָזיקע אות הייסט אין דער אראמעאישער שפּראך ,אלפא", און דערפון שטאַמט אויך דער נאַמען פון ערשטן נאָמען אין גריביש קאלפא". -- שי'"ר (ראפּאַפּאַטאָרט) אין תלמודיש-ענ- ציקלאָפּעדישן ווערטער-בּוך ,, ערך מלין" (זוכװאָרט ,ארם') זױ? האָבְּן, אַז דער בּוכשטאַבּ ,אלה" אָדער ,אלסא" איז דער טייטש אַ , שיף'. - דאָס אות ;אלה האָט אין דער העברעאישער שפּראך אויך געהאָט די באדייטונג ,דער ערשטער"'. די משנה שקלים ג' זאָגט, אז אין בית המקדש איז געווען א גרויסע קא- סע און דאָרט איז געלעגן דאָס גאנצע נעלט, וואס מען האָט נענעבן פאר דעם בית המקדש, און ווען מען האָט געדארפן נעמען געלט האָט מען פון דאָרט ארויט- גענומען אין דריי קוישן (בשלש קופות תורמין את הלשכה''), ,וכתוב בהן אלף, בית גימל!', אויף די קויש1 זענען געווען
אויפגעשריבן די בּוכשטאבן אלף, בית, גימל, דאָס הייסט דער ערשטער, דער צווייטער און דער דריטער. אויד אין
ספרים איז דער מנחג צו פארצייכנען דעם ערשטן בּלאט אָדער דעם ערשטן טיי? צִי קאַפּיטל מיט דעם בּובשטאַבּ ,א'', --,,,א" האָט אויך די בּאדייטוננ: , דער אַנהויבּ', און מיר געפינען אין דער נמרא שבת נ'"ה ,בני אדם שקיימו את התורה כולה מאלף ועד תיו'' (,,מענשן, וואס האָבן מקיים נע- ווען די גאנצע תורה פון אלף ביז תיו', דאָס הייסט ,פון אַנהױיבּ ביזן סופ'"). --
א
וועגן , אלף-בית'' בכל? בַּיים זוד ווארט , אלף-בית".
אב נאָמען פון ע?פטן חודש אין יאר או} יידישן לוח: האָט 80 טעג; גאָר אמאָל, וועז דער אֶנהוֹיבּ פֿון יידישן יאר האָט זיך נע- רעכענט פון חודש ניסן, איז אב נעװוע} דער פינפטער חודש פון יאר. דער נאָמען ;אָב"', ווערט אין תנ"ד נישט דערמאַנט, און אין תנ"ך הייסט ער יפהחהמישו", ,, דער פינפטער חודש''. דער נאַמען ,אב" פּונקט װוי די נעמען פון אלע חדשים, האַ- בֹּן די יידן איבערנענומען פון דִי אייג" וואוינער אין בב?, אין די צייטן פון נלות" בבל נאָכן חורבּן פון ערשטן בית-המקדש. אין חודש אב זענען פאָרגעקומען די טרא" גישע געשעענישן פון דער יידישער גע" שיכטע, דער חורבּן ירושלים, דער חורב! פון ביידע בית המקדש'ס, דער ,, חורבן פון ביתר''/, און גאָר שפּעטער דער גנירבוש פון שפּאניע. אין דער משנה ווערט אב בא" טראכט פאר א טרויער-חודש, און עם ווערט געזאָנט: ,משנכנס אב ממעטין בשמחה',, ,ווען עס הויבּט זיך אָן דער מאָנאַט אָב, פרייט מען זיך ווייניקער" (תענית ד', |'). די ערשטע ניין טעג פון חודש אב זענען בּאַקאַנט אלס די טרויע- ריקע ,ניין טעג". אין די שפּעטערדיסע צייטן האָט מען אלס טרייסט גערופן דעם חודש ;,מנחם אב". -- זע אויךר ,חמשה עשר באב',, ,ניין טעג'', ,שבת חזון'', , שבת נחמו'', ,תשעה באב"
אב אין העבּרעאיש א ,,פאָטער'', דער- פון שטאַמט אויך די בּאדייטונג פון ווארט ;אב'' אלס ,עלטסטער,, ,העכסטער"", דער יסוד פון א זאך',, די ,, קוועלע'' פון א זאך. די קוועלע פון וואנען זאכן ווערן לויט הער יידישער העליגיע טמא הייסט
8 אב -- אבא 4
גאב הטומאה''; די הויפּטארבּייט, וואס מען טאָר ניט טאָן אום שבת הייסט ,אב- מלאכה''; דאָס װאָרט ,אב'' געפינט זיך אין א סך העבּרעאיש-יידישַע נעמען, װי ?;אבנר'', ,אבשלום"".
אב בית דין (דער עלטסטער פון דעם געריכטס שטובּ). דער טיטל. וואס ווערט גענעבן דעם העכסטן דער טיט? שטאמט פון נאָר אלטע צייטן. לוט דער גמרא (מועד קטן כ'ז) אין שוין דער אב-בית-דין געווען אין די צייטן, זוען די יידן האָבּן זיך טעפונען אין הער מדבר, עס איז שווער צו זאָנן, ווען דער דאָזיקער טיט? איז איינגעפירט געװאָרן אַפיציע? בּיי יידן. די משנה חנינה ב', ב') זאָנט, אז אין די צייטן פון צווייטן בית חמקדש זענען אין דער שפּיץ פוז סנהדרין געשטאַנען צוויי פּערזאָן, די , זונות'', -- װואָס ווערן דערמאַנט אין פּרקי אבות -- איינער פון זיי איז געווען דער ,נשיא", און דער צווייטער אין נגעווען דער ,אב בית דין'". זיכער איז, אז הער ,אב בית דין'" איז געווען איינער פון די העכסטע דעליגיעזע פירער ביי יידן אין ארץדישראל אין דער צווייטער העלפט פון בית-שני, און אויך אין די צייטן פון משנה און פון דער נמרא. אין דער תוספֿתא (סנהדרין ז', ח') ווערט נעזאַנט, אז ווען דער אב בית רין פלענט אריינקומען אין בית-המדרש, האָבּן אלע מענשן, לעבן וועלכע ער אין פארבּיינגעגאנגען, זיך געמוזם אויפשטעלן. אין טאָג, ווען דער ,אב בית די" איז גע- שטאָרבן, האָבּן אלע זיך נעמוזט קריעה- דייסן (מועד קטן כ'"'ו), און אי אלע בתי מדרשים האָט מען אויפנגעהערט לערנען יענעם טאָג אלס צייכן פון טרויער (מועד קטן כ'"ב). דער ,אב בית דין'' פלענט פעסטשטעלן ווען ראש חודש איז, און ער פלענט ,, הייליקן'" דעם ראש חורש.(משנה ראש השנה ב' ז'). אויך נאָך די צייטן פון דער גמרא, אין דער עפּאַכע פון די
רב אין א שטאט"
;נאונים'!, סיי אין בּב? און סיי אין ארץ- ישראל, איז געווען איינער פון די פירער פון דער ישיבה, וואס האָט געטראַנן דעם טיטל ,אב בית דין". -- אין די שפּעטע- רע צייטן אין אייראָפּע געפינען מיר א סך רבּנים בּאצייכנט מיט דעם טיטל ,אב'יר"" (װאָס איז די ראשי-תבות פון ,אב בית דין") אָדער ראב''ד (,ראש אב בית דין" אָדער ,;רבנו אב בית דין"). -- פּרטים אין שי''רס ,ערך מלין!, זוך-װואָרט ,אב- בית-דין":
אב הרחמים (, דער פאָטער פון דער- בּארמונג''), תפילה אין הער העברעאי- שער שפּראך, וואס ווערט געזאַגט יעדן שבת אין די קהלות פון פיל לענדער. די תפילה איז אַ געבּעט צו נאָט (,פאָטער פון דערבּארמוננ'') פאר די נשמות פוֹן די פארשטאַרבּענע; זי איז פארפאסט נע-
װאָרן צום אָנדענקען פון די אלֶע יירן,
װאָס זענען נגעטויט געװאָרן אויף קידוש השם. ווער איר מחבר איז, און ווען די תפילה איז פארפאסט געווארן, איז נישט בּאקאנט. דאָס ערשטע מאָל געפינט מען די תפילה אין א מחזור אין כתב יד פון יאר 1270. מען נלױיבּט, אז זי אין פאך.- פאסט נעװאָרן אין דייטשלאנד נאָך די שחיטות פון יאר תתנ"ו (1006) אין די צייטן פון די ,קרייץ-פאָרער'' (,נוסעי הצלב''). ,אב הרחמים'' ווערט אויך גע- זאָגט אין די ימים טובים ווען מען אין מזכיר נשמות. צו דער תפילה איז פאראן א ספּעציעלע מעלאַדיע.
אבא (,פּאָטער'" אויף אראמעאיש) ראָס דאָזיקע ווארט איז זייער פארשפּרייט אלם נאָמען בּיי יידן שוין פון יענער צייט אֶן, ווען יידן האָנּן גערעדט אראמעאיש, דאָס הייסט שוין פֿון די צייטן פון צווייטן בית המקדש. מיר נעפינען דעם דאָזיקן נאַמען ,אנא'! זייער פאַרשפּרײט אין דער גמרא און אויך אין די שפּעטערדיקע צייטן בִּיז
0 אבט--אבט בר אבא 6
היינט. דאָס װואָרט אבא האָט אויך געהאַט די בּאדייטונג פון אן ,ערן-טיט?', א שטיינער וי ,רבּי'', און מיר נעפינען נאנץ אָפט אין דער משנה, למשל, ,אבא שאן?"', דאָס איז אזוי זוי .,רבּי שאו?''. --- וי גע זאָנט זענען פאראן אין דער גמרא פיל פּערזאַנען , וואס ווערן אָננערופן ,אבא"". א קליינער טייל פון זיי זענען נעוגען .תנ- איט', הער נרעסטער טייל זענען געווען ,,אמוראים''. מיר דאָ, בּיי די נעמען אבא, װעלן בריינגען די נאַר ויכטיקסטע פון זיי, עס איז פאראן א מיינונג, אז דער נאַ- מען אבא איז אַ פארקירצונג פון נאָמען אברחם. אין די שפּעטערדיקע צייטן בּא- גענענען מיר די נעמען אברהם און אבא צוזאמען: ,;אברהם-אבא!'. -- דאָס װואָרט ;אבא" איז שפּעטער אין די צייטן פון ,,קבּלה'' געװואָרן אויך א געוויסער בּאנריף פאר איינער פון די העכסטע ,ספירות'. וועגן די וויכטיקסטע רבּנים אין די שפּע- טערדיקע צייטן, װאָס האָבּן געהייס; אבא וועלן מיר שרייבן בּיים װואָרט ,,אברהם'"", וויי? זיי האָבּן אלע געהייסן ,אברהם אבּא".
אבא רבי, אין כּב? אין 8-טן יארהונ- דערט; רבּי אבּאַ האָט געוואוינט צגערשט אין בּב? און דערנאָך איז ער אוועק קיין ארץדישראל (ברכות כ'"ד), די שפּעטער- דיקע אמוראים, װאָס זענען געווען אין בבל האָבּן נערופן רבּי אבאן רבותינו שבארץ- ישרא? (,,אונזער רבּי פון ארץ:ישראל'") (סנהדרין י'"ז). אין דער נמרא ווערט פון אים געבּראכט א סד הלכות און דברי אנ" דה; די נמרא דערציילט, אן רבּי אבא האָט אזוי ליב געהאָט ארץישראל אן ווען ער איז געקומען פון בבל קיין ארץ- ישרא? און איז צונעקומען אין דער שטאָט עכו, וואו עס איז די גרעניץ, האָט ער נע- קושט די שטיינער פאר גרויס ליבשאפט צום לאנד (כתובות קי"'ב). עס ווערט אויך דערציילט, אז ער פלענט געבן צדקח
אז קייטער זאָל נישט באַמערקן, און דע- ריבער האָט ער זיך אָנגעטאָן א זעק?ל מיט מטבעות און עס אויפנעהאַננען אויף די פּלייצעס, כדי די ארימע לייט זאָלן פון דאָרט נעמען נעלט, און ער זאָל ניט זען, װוער עס נעמט. (כתובות ס')
אבא אריבא. זע ,רב"". אבא בר אבא, אמורא, פאָטער פון
בּאַרימטן אמורא אין בֹּב?, שמואל; הייסט דאריבער אין דער נמרא אויך ;אבוה דשמוא?"! (,דער פֿאָטער פון שמואל"'); ער האָט געואוינט אין דער שטאט נהרדעא, און איזן געווען אַ רייכער מאַן די נמראָ דערציילט פון אים א סך מעשיות וועגן זיין טיילן צדקה צו ארימעלייט. עס ווערט דערציילט אז איינמאָל האָט ער גע- שיקט זיין זון שמואל מיט א נדבה אָפּצוטראָנן צו אן ארימער פאמיליע; שמואל האָט געטראָפן די פאמיליע-מענש! וי זיי האָבּן נעגעסן פלייש און נעטרנ- קען וויין. ער איז צוריקנעקומען און עס דערציילט דעם פאָטער און דערבּיי בּא- מערקט, אז דער דאָזיקער פאמיליע דארף מען דעריבּער ניט נעבּן קיין נדבות. הערויף האָט אים זיין פאָטער געזאַנט, אז אויב זיי זענען געוואוינט צו אזעלכע טייערע מא- כלים, דארף מען זיי געבּן נאָך גרעסערע נדבות (ירושלמי הּאה פ"ח). אבא בר אבא איז אויף א געוויסער צייט אוועק קיין ארץ-ישראל. ער פלענט אויך מאכו רייזעס אין די ווייטע לענדעך פון ,יענע זייט ים'' (,,מדינת חים''). אין שפּעטער- דיקע קוועלען (.הלכות נדולות'' צום סוף פון הלכות נטין, געבּדאכט אין תומפות קדושין ע''ג) ווערט הערציילט פאַלנענדע לענענדע: אבא בר אבא אין אמאָל נעווען אין די ווייטע לענדער, האָט ער נעטראָפן א כשוף-מאַכערין, וועלכע האָט אים פאָר- געליינט צו לעבּן מיט איר, וויי? זי האָט געזען מיט כשוף, אן פון אבא בר אבא
7 אבא גורין---אבא מוי 8
דאַרף יענע נאַכט אַרויסקומען אַ נרויסער מאַן. װוי אבא האָט דאָס דערהערט, האָט ער געזאָנט א שם המפורדש, און אין איי- גנבּליק געווען ביי זיך אין נהרדעא, און האָט געלעבּט מיט זיין איינן ווייב, און זי איז מעוברת געװאָרן און האָט אים גע" בּוירן דעם זון שמוא?ל. -,פון אבּא בֹּר אבּא זענען פאראן פיל הלכות און אנדות. ער איז נעשטאָרבן א קורצע צייט פאר זיין זון שמואל,
אבּא גוריון, תנא אין ארץדישראל אין צווייטן יארהונדערט. אין דער משנה ווערט אויך אָנגערופן ,איש צדיין, דאָס הייסט, אז ער האָט געוואוינט אין דער שטאָט צדון. אין דער משנה סוף סדושין ווערט נגעבראכט פון אים, אז א פאַטער זאָל נישט קערנען זיין זון דעם פאך פון אן אייז?-טרייבער, א שיפער, א פּאסטוד און א סוחר, וויי? זייערע אומנות איז דער פאַך פון גנבה. אין דער פּתיחה צום ,מדרש אבא נוריון' און דאָס זעלבע אויך אין דער פּתיחה צום מדרש אסתר רבה, ווערן געבּראכט פון אים אַ ריי עטי- שע בּאַמערקונגען װוענן דרך-ארץ און נו" טער אויפירונג פון מענטש. -- עס איז שווער צו זאָנן צי דער דאָזיקער אבא גורין האָט א שייכות צוֹ דעם ,מדרש אבּא נוריון'".
אבא חלקיה צדיק און בעל מופת אין ארץ-ישרא? אומנעפער אין אֶנְהוֹיב פון ערשטן יארחונדערט, אין דער צייט, ועו דאָס צווייטע בית המקדש איז נעשטאַנען. אין דער נמרא (תענית כ'ג) ווערט דער- ציילט, אז ער איז געווען אן אייניקל פון בּעל מופת חוני המענל? און אז ער האָט געארבּייט אלס נעדונגענער בּעל מלאכה בּיי יענעם אין פעלד, פירנדיק אן ארעם סעבן; אין א טרוקן יאר, ווען עס איז ניט געפאלן קיין רעגן, פלענט מען קומען צו אבא חלקיה, אז ער זאָל מתפּל? זיין: אין
דער נמרא (מכות כ"ד) ווערט געזאַנט אויף דעם פּסוק אין תהלים ט'"ו ,הולר תמים ופּועל צדק'' (,פירט זיך אויף גאנץ און מיט גערעכטיקייט''), אז ,הולך תמים'' מיינט מען אברהם אבינו, און ,פּוע? צרק'' מיינט מען אבא חלקיה.
אבא מרי הירחי אויך דוזן אשתרוק, למדן און מחבּר אין פראנקרייך אין דער
פטער העלפט פון 12טן און אֶנהוֹיבּ פון 4טן יארהונדערט, זיין איינפלוס איז נע-
ווען זייער א גרויסער און ער שפילט אין
דער געשיכטע פון דעם קאַמף קענן לער" נען פילאָזאָפיע א זייער גרויסע ראַלע.
אבא מרי איז געבוירן געװאָרן לערד דעם
יאר 1980 אין פראנקרייך אין דער שטאָט לונילן, לון'"' איז דער טייטש אויף פראנ- צויזיש /;לבנה'', און ,ירח'' איז אויף העברעאיש ,לבנה'' און דערפון שטאַמט זיין נאָמען .הירחי!'). פון דאָרט איז ער אוועק אין דער שטאָט מאנפּעליער, אויך
אין פראנקרייך. דאָס איז געווען א געוויסע
צייט נאָכדעם, װי עס זענען דערשינעו די פילאָזאָפישע ספרים פון רמב''ם, צווי-
שן זיי אויך דער מורה נבוכים'", און אֹ
סך יידן האָבּן אָנגעהויבּן לערנען מילאַזאַ-
פיע, אין די יידישע קהלות אין פראנק".
רייך האָט זיך אנגעהויבּן א העפטיקע מלחמה צווישן די פילאַזאָפיע אַנהעננער פון איין זייט און די קעגנער פון פילאַזאָ- פיע מיט אבא מרי אין דער שפּיץ --פוז דער צווייטער זייט. די רענירונג, וועלכע האָט נעשטיצט די פֿילאָזאַפיע-פריינט, האָט בּאפוילן אבא מרין צו פארלאָזן מאָן- פּעליער. ער האָט נענומען װואַנדערז, בּיז ער האָט זיד צום סוף בּאַועצט אין פּערפּיניאן, און דאָרט איז ער נעשטאַרבּן; דאָס יאר פון זיין טויט איז נישט בֹּא- קאַנט. אַבֹּא מרי האָט אלע בריוו ועגן דעם קאמף ארום דער פילאָזאָפיע צונויפ- געזאמלט אין א פפר ,,מנחת קנאות'' אין 9 מפּרקים.
9 אבא סיקרא---אבהו רבי 10
אבא סיקרא נאַמען פון א יידישו העלד אין דער צייט פון חורבּן פון צוויי- טן בית המקדש. אין דער גמרא (נטין נ'יז) ווערט דערציילט. אז ער איז געווען דער שװועסטערן-זון פון רבן יוחנן בּז זכאי, און ער איז נגעווען דער ,ראש בריוני'', דער פירער פון די סעמפער קענן דער רוימו- שער הערששפט. לויט זיין עצה האָט רבי יוחנן פארלאָזט ירושלים ווען די שטאָט איז שוין געווען באלאנערט דורך דעם רוימישן מיליטער. טיי? ווילן האָבּן, אז ;אבא סיקרא!' אין ניט קיין פּריוואט-נאַ- מען, נאָר דאָס איז דער טייטש / ,דער פו" רער פון די סיקאריער,,, און ,סיקרים'" האָבּן דאמאָלט געהייסן די קעמפער, וועל- כע האָבּן געטראָנן קורצע שווערדן. אין מדרש איכה ווערט ער אנגערופן ,בּן בטיח".
אבא שֹׂאוֹל אין דער משנה און דער גמרא ווערן דערמאַנט עטלעכע תנאים און אמוראים מיט דעם דאַזיקן נאַמען, דאַ וועלן מיר נאָר נעבּן וועגן העם וויכטיקס- טן פון זיי, וואס ווערט דערמאַנט אין דער משנה אין א סדך ערטער מיט דעם סתם-נאַמען ,אבא שאו?'". ער איז געווען א תנא און נעלעבּט אין דער צייט פון סוף פון צווייטן בית המקדש, און ער איז וואר- שיינלעך געווען א תלמיד פון רבּי יוחנן בּן זבאי. אממייסטן זיינע הלכות זענען ווענן בית המקדש און קרבנות (מדות ב'; מנחות ט'). אין דער נמרא (נדה כ"ד) ווערט דערציילט, אז אבא שאול אין גע- ווען א מתיםגרעבּער, און ער דערציילט דאָרט גוזמאות-מעשה'ס וועגן מתים. פּראַ- פּעסאָר לעווי פון בּרעסלוי אין זיין אִמֹּ- האַנדלונג אויף דייטש ,די משנה פון אבא שאו?'' מיינט אז דער דאָזיקער (אבא שאול זאָל האָבּן געהאַט מסדר געװען משניות.
אבו דאָס איז א װאָרט, װאָס מען
טרעפט גאנץ אָפט אלס א טייל פון מענ- טשן-נעמען, װאָס שטאַמען פון דער אַראַ- בּישער שפּראַך. אַזױ, למשל, זענען פאַראַן נעמען פון אראבּישע הערשער ,אבּדןלָי, ;אבדאלאה,', די נעמען פוז די טערקישע סולטאַנען ,, אבּדו? כאמיד'' און ,,אבּדןפ אזיז'". דאָס װואָרט ,.אבּד'' האָט אין ארא" בּיש דעם זעלבּן טייטש, װאָס ,,עבד'' אי! העבּרעאישן, דאָס הייסט קנעכט. ,אבדא- לאה'' איז אין אַראַבּיש דער טייטש ,דער קנעכט פון נאָט!', פּונקט וי אין דער הע- בּרעאישער שפּראך דער נאַמען , עובריה'" איז אויך דער טייטש גאָטס קנעכט. --אין די אראבּישע היסטאָרישע בּיכער ווערט איבערגעגעבן וֶוענן א ריי יידן מיט זייערע
פאָדער-נעמען ,אבדאלאה,/, װאָס האָבּן
געלעבּט אין די צייטן פון מוכאַמעד. דעם גרינדער פון דער מאַכמעדאנישער אמונה, און די דאָזיקע יידן זאָלן האָבּן אַנגענומען מוכאַמעדס גלויבן.
אבּהו 7ב' נאַמען פון איינעם פון די בּאדייטענדסטע אמוראים אין ארץ-יש- ראל, וועלכער האָט נעשפּילט בּיי די יידן אין ארץ-ישרא? אין יענע צייטן אויך א גרויסע פּאַליטישע ראָלע, רבּי אבהו האָט געלעבט אומנעפער אין אֶנהוֹיף פון 4טן יארהונדערט. ער איז געווען א תלמיד פון אמורא רבּי יוחנן. אין דער נמרא ווערן נאנץ אפט געבראכט הלכות
אלס ,,אמר רבּי אבהו אמר רבי יוחנן",
װאָס רבּי אבהו זאָנט נאָך פון זיין רבי ר' יוחנן. רבּי אבחהו האָט געוואוינט אין דער שטאָט קיסרין, ,, צעזארא"". דאָס אין געווען א פּאָרט שטאָט אין ארץ-ישראפ, אויפן ברענ פון מיטלענדישן ים. אין יע" נע צייטן האָט רוים נגעהערשט אין ארץ- ישראל, און אין קיסרין איז געזעסן דער רוימישער הערשער פון ארץ-ישראל. רבַי אבהו אין געווען נישט נאָר א גרויסער למדן, נאָר אויך א קענער פון דער נרי" כישער שפּראך און וועלטלעכע וויסענ-
11
שאפטן. ער איז דעריבּער געווען א גרויסער חשוב ביי די רוימישע הערשער. וואס האָבּן געוואוינט אין קיסרין, און דאדורך איז ער געװאָרן דער פאקטישער פירער פון אלע יידן אין ארץ-ישראל. דאמאָלט איז איבּער די יידן אין ארץ-ישרא? גע- ווען אלס פירער דער נשיא רבן גמליאל, וועלכער איז אֶבֹּער נעווען א מאַן מיט שוואכע פייאיקייטן, און דאריבער אין אויך ער געווען אונטערװאַרפ}; אונטער רבּי אבהו. פון רבּי אבחו ווערן געבּראכט אין דער גמרא א סך הלכות און דברי אג- דה; ער זאָנט אין בבא קמא צ'"; ,.לעולם יהא אִדֹם מן חנרדפים ולא מן הרודפים'" (א מענש זאָל בּעסער זיין פון די פאר- פאָלנטע און נישט פון די װאָס רודפן יע- נעם!'). ער זאַנט אין חולין פּ'"ט, אז די וועלט עקזיסטירט נאָר אי זכות פון דעם מענש -.שמשים עצמו במי שאינו'', ,וואס מאַכט זיך פאר נאָרנישט''. ער האָט נעי האַלטן, אז מען דארף שעצן מענשן, וואס האָבּן געזינדיקט און תשובה געטאַן, און ער זאַנט דאָס בּאקאַנטע װאָרט (ברכות ל"'ד), אז .במקום שבעלי-תשובה עומדים צדיקים נמורים אינם עומדים', דאָס הייסט אז א בּעל תשובח איז גרעסער וי א צדיק, וואס האָט קיינמאָל נישט געזינ- דיקט. פון רבּי אבהו אין פאראן אן אנדה- יואָרט, װאָס בריינגט אויפן געדאנק די נייסטע וויסענשאפטלעכע פאָרשונגען פון אונזער צייט; ער זאָנט, נעמליך, אין מדרש בּראשית רבּה ג' וועגן דער וועלט-שאפוננ, אז נאָט האָט בּאשאפן וועלטן און זיי חרוב נעמאַכט, בּיז ער האָט בּאשאפן די איצטי" קע וװעלט (,בורא עולמות ומחריבן'), דאָס זאָל שטימען מיט די נייע געאָלאַני- שע פאָרשונגען, אז פאר דער איצטיקער עפּאַכע אויף דער ערד זענען נעווען פרי- ער עפּאַכן מיט מינים בּאַשעפענישן, װאָס זענען פארשוואונדן. אין דער גנמרא (חנינא י'"ד) געפינען מיר, אז ער פלעגט
געשטאָרבּן, האָבּן
אבן 12
זיך משתד? זיין בּיי די רוימישע שרים פאר דער טובה פון די יידן. -- רבּי אבֿהו האָט נעפֿירט ויכוחים מיט די אָנהענער פון קריסטענטום אין יענער צייט, וֶוען די קריסטלעכע אמונה האָט זיך פאר- שפּרייט אין ארץיישראל, אין ירושלמי (תענית ב') װוערט נגעבראכט זיין טייטש אויפן פּסוק ,לא איש אל ויכזב, בן אִדם ויתנחם'', וויי? גאָט זאָנט, אז ער איז ניט קיין זון פון א מענשיי (.בז אִדם''). -- רבּי אבהו האָט געהאַט 5 זין (אבימי, אביי, רבי חנינא, רבי זעירא און רבּי שמעון) און איין טאַכטער, ווענן װעל- כער עס ווערט דערציילט, אז ער האָט איף נעלערנט גריכיש (ירושלמי פּאה א'), אב- װאָל א סך יידישע חכמים פון יענע צייטן האָבּן געהאַלטן, אז מען טאָר עס נישט לערנען. אין דער גמרא (מועד קטן כ'"ה) ווערט דערציילט, אז ווען רבּי אבהו אין געװויינט אפילו די .שטאָט-זיילן פון קיסרין'', דאָס הייסט, אז עס איז נעווען א טרויער ביי אלעמען.
אבן א װאָרט, וואס איז זייער פיל בּא- נוצט געװאָרן אין דער אראנישער שפּראך אלס א פאָר-נאַמען צוזאמען מיט נאָך א װאָרט, למשל, מען טרעפט נאנץ אַפט ביי די אראַבּער אזעלטע נעמען, ווי ,אבו איס- חאַק'' וכדומה. דער טייטש פון װאָרט ;אבו" אין אראביש איז דער זעלבּער וי ,אב!' אין דער העבּרעאישער שפּראך, נעמליך: ,,פאָטער''. עס פירט זיך נאַך היינט בּיי א טיי? אראבער, אז אויב איו- נער האָט א זון מיט וואסער עס אין נאַ- מען, למשל, מוכאמעד, הייסט זיין פאַטער ,אבו מוכאמעד,/, ,דער טאַטע פון מוכאַ- מעד''. אָבּער אַחוץ דעם פלענן די אַראַבּער נאנוצן אויך דאס ווארט ,אבו לויט היס- טאָרישע נעמען. למשל אזוי װוי פון חומש ווייסן מיך, אז אברהם איז נעווען דער פאָטער פון יצחק, דעריבּער אניבּ איינער האָט געהייסן בּיי די אַראַבּער איבּראהים
15 אבו עיסי---אבודרהם 14
(דאָס איז אברהם), האָט מען אים אויך גערופן , אבּו איסחאק'! (,דער פאַטער פון יצחק''). דאָס װאָרט ,,אבּו'' פלענן די אַראַכּער אויך באנוצן נישט דוקא אלם ,פאָטער!, נאָר אויך צו בּאצייכנען יעד דע אנדערע קרובהשאפט, װוי ,זון'', ,, ברו" דער''. למשל, אַז איינער האָט נעהייסן בֵּיי זיי ,האַרון'' (דאָס אין ,,אהרן'), האָט מען אים נערופן אויך , אבּו מוסא'" (,.דער פאָטער פון משה''), כאָטש משח אין חומש אין געווען נישט אַ פאָטער, נאָר א בּרודער פון אהרן. מען האָט אויד בּאנוצט דאָס װאָרט , אבּו'' אין גייסטיקן זין, למשל, א דאָקטאָר האָט געקאַנט היו- סן בּיי זיי ,,אבּו-אַלעפיאַ;/, וואָס איז דער טייטש ,דער פאָטער פון געזונט,,, וכדו" מה. מיר ניבּן דאַ ספּעציעל א לייננערע אויסטייטשונג פון ואָרט ,;אבּו', װייף דאָס דאָזיקע וואָרט טרעפן מיר זייער פיפ בּיי די נעמען פון גרויסע יידישע חכמים פון די אַראַבּישע צייטן און אויך שפּע- טעך, און די אויסטייטשונג פון דאַזיקן װאָרט מאַכט אונז קלאָרער די. בּאדייטונג פון א סך נעמען.
אבּו עיסי איספאהאני יידישער פו- רער און העלד, איינער פון די ,, פאלשע משיחים'', װאָס האָבּן נעפּרובט אויסלייזן די יידן פון נלות דורך אַרגאניזירן א יידי- שע ארמיי. זיין יידישער נאָמען איז נע- ווען יצחק בּן יעקב; ער האָט געלעבּט אין איספּאַהאַן אין פּערסיע אין אֲנֹהוֹיב פון 8טן יאַרהונדערט. דעמאָלט האָט נע- הערשט אין מערסיע דער קאַליף איבן מערוואן, וועלכער האָט שלעכט באהאנ- דעלט די יידן אין זיין לאנד. דאמאַלט איז אויפנעשטאַנען אֹבּו עיסי און האָט זיך ערקלערט אלס משיח און גענומען זאמלן ארום זיך יידישע יננעלייט, כדי מיט זייער קראפט אויסצולייון די יידן פון גלות. עס ווערט דערציילט ווענן אים, אז ער פלענט איינער אליין ארויסטרעטן אין
שלאכט-פעלד אין קאַמף קענן מחנות פון פיינטלעכן מיליטער און זיי בּאזיגן. אין א שלאכט איז אבּו עיסי געפאלן טויט, און זיינע אנהענגער זיינען זיד צולאַפֿן--- אָבּער נישט קוקנדיק אויף דער דאַזיקער מפּלה און אויפן טוט פון אבּו עיסי, האָבּן א סד יידן גענלױבּט, אז ער איז ווייטער משיח, און אז ער איז נישט אומנעקומען אין דער מלחמה, נאָר אז ער איז אוועק אין יענער זייט טייך סמכטיון, צוֹ די לעגענדארע בני משה, און פון דאָרט וועט ער צוריקקומען מיט אן ארמיי און אוים- לייזן די יידן. פֿון די דאַזיקע גלױיבּיקער איז אנטשטאַנען א בּאזונחער יידישע רע- ליגיעזע סעקטע מיטן נאַמען די ,איסא- וויט'" (,עיסונים''), וועלכע האָבּן אין א סך מצוות זיך אויפנעפירט אַנדערש פוז אַנדערע אידן. זאָנאר 900 יאר נאָך אבו עיסיס טוט האָבּן זיך געפונען אין דמ" שק גלויבּיקע פון דער דאַזיקער סעקטע,
אבּוֹ אימראָן תיפליסי גרינדער פון אן אלטער יידישער רעליגיעזער סעקטע, װאָס האָט געשפּילט א געוויסע ראַלע אין די מזרח-לענדער. זיין העבּרעאישער נאַ- מען איז געווען משח. ער האָט געוואוינט צוערשט אין בּאנדאד, דערנאָך אין טים" ליס, אין דער צווייטער העלפט פון 9טן יארהונדערט: ער האָט געלייקענט אין ;.שכר ועונש'' (אז נאָט בּאשטראָפט פאר שלעכטע מעשים און בּאלוינט פאר נוטע מעשים) אוֹן אין תחיית המתים. א סך מנהנים און דינים האָט ער געהאַט די זעלבּע, װואָס די קאַראַאימער.
אבּודרהם 17ה מחבר, בּארימט דורר זיזן ספר ,,אבודרהם'', װואָס האָט א גרויסז ווערט פאר דער פאָרשונג פון דער געשיב" טע פון סידור און דאַװנעז און מנהנים. דוד אבּודרהם האָט געלעבּט אין שפּאניט אין הער שטאָט סעווילא; אין יאר 1940 (ה' אלפים ק') האָט ער מחבר געווען דאָס
19 אַבּההב יצחק 16
ספר ,אבּודרהם'', אין וועלכן ער האָט צונויפגענומען אלע מנהגים און טעססטן פון תפילות אין שפּאניע און פראנקרייך און האָט צו זיי צוגענעבן א פּירוש. דער- בּיי בּרייננט ער אויך פארשיידענע דינים לועגן דאוונען, גענומען פון דער גמרא און שפּעטערדיקע ספרים, רמב''ם, דער ראש, שור און אנדערע. אין דאָזיקן ספר אין אויך פאראן א לוח פון די מולדות אויף לערך 200 יאר ארויס. דאָס ספר אבּודרהם איז דאָס ערשטע מאָל געדרוקט געווארן אין ליסאבאָן אין יאר 1490 (ר''ז), און פון דאמאָלט אָן איז עס געדרוקט געװאָרן פי? מאָל, דוד אבּודרהם האָט אויך פאר- פאסט פּירושים צו טייל פּיוטים פון מחזור און זיי זענען נעדרוקט נעװאָרן אין בּער- לין אין יאר 1900 (תר''ס) אונטער דֶעם נאַמען ,תשלום אבּודרהם".
אַבּוהב יצחק (דער ערשטער) למד און מחבּר; ס'איז נישט בּאַוואוסט קיין זיכערע זאַך פון זיין לעבּן; מען דענקט אז ער האָט געלעבט אין שפּאניע אומנע- פער צום סוף פון 14-טן יארהונדערט: ער האָט מחבר נעווען דאָס ספר ג,מנורת המאור'', װאָס איז נעלעזן געװואָרן שפּע- טער דורך מיליאנען יידן און איז נגעדרוקט געװאָרן פיל מאָל, אויך אין איבערזעצונ- נען אין דער יידישער שפּראך, און האָט געהאט א נרויסע ווירקונג צו פארשפּרייטן מוסר און עטישע אַנשױאנננען בּיי די בּרייסטסטע פרומע יידישע פאָלקס-מאַסן דורך הונדערטער יארן. -- לויט געוויסע ראשי-תבות, וואס נעפינען זיך אין דער הקדמה צום ;,,מנורת המאור'', אוז צו זען, אז דער פאָטער פון רבּי יצחק האָט נעהיי- סן אברהם, רבּי יצחק אבוהב שרייבּט אין דער זעלבּער הקדמה ווענן זיך, אז ער איז אַלע זיינע יאָרן געוועז אַ סוחר און ער פלענט אויך לערנען, אִבּער ערשט אויף הער עלטער האָט ער בּאשלאָסן אָפּצונעבּן זיך בּלויז מיט לערנען און צו שרייבן
ספרים. וי ער זאָנט, זאָל ער האָכּן מחבּר געווען נאָך 2 אנדערע ספרים מיט די נע- מען ,ארון העדות'' און שלחן הפּנים''; זיי זענען פארלארן גענאַנגען. אין דעם ;מנורת המאור'' האָט רבי יצחק אבוהב צונויפגענומען פיל ווערטער וועגן מוסר און דרך ארץ און גנוטער אויפפירונג, וואס געפינען זיך אין נמרא און מדרש און אויך אנדערע פארצייטישע ספרים. דערבּיי בּא- נוצט ער זיך אויך מיט די מיינונגען פון די אמאָליקע פילאָזאָפן און קבלה ספרים, װאָס זענען געווען בּאקאנט אין יענער צייט. אין דער הקדמה שרייבּט ער, אז אויבּ די הלכה און די דֵינים פנז דער נמרא זענען דאָס טענלעכע ברויט, זענען
די מוסר-ווערטער און די אנדה -- דער
מים חיים,, דאָס קװאַל וואסער, וואס איז טיײילמאָל נאָך נויטיקער עוי ברויט. -- דער ,מנורת המאור'' בּאשטייט פון ? טיילן, פּונקט וי די מנורה האָט 4 ליכט. יעדער טיי? פון ספר הייסט דעריבער ,נר'' (,ליכט''). אין דעם ערשטן טייל ווייזט אויף הער מחבּר פון פיל שטעלן אין דער גמרא און מדרשים און פילאַזאַ- פישע ווערק, אַז דער מענטש דאַרף זיך נישט נאָכיאנן נאָך לוקסוס אוּן איבּעריקע זאכן (,,מותרות'') און זאָל אויסװאַרצלטן פון זיך די שלעכטע מידות: קנאה, תאוה און כבוד. אין דעם צווייטן טייל רעדט ער ארום די שעדלעכקייט פון ליצנות, לו- גן-זאַנן, חנופה, לשון-הרע, פארשעמען מענטשן, קרינן זיף מיט מענטשן. אין דעם דריטן טיי? יֶוערט בּאַהאַנדלט וי אַזױ דער מענש דארף זיך אויפפנרן אין פאך- שיידענע מצוות, וי אָפּהיטן שבת און יום טוב, דאַװונען, ערלעך האַלטן עלטערן, דער- ציען קינדער, הכנסת-אורחים, מאַדאון- ווייב לעבּן. דער פֿערטער טייל העדט ארום די גרויספקייט פון לערנען תורה, אין פינפ- טן טיי? גיט דער מחבּר אנווייזוננען ווע- נן דער גרויסקייט פון תשובח. דער זעק-
17 אבוהב 18
סטער טייל רעדט ארום די מעלות פון שלום און לעבּן גנוט מיט מענשן און ארויס- ווייזן דרך ארץ און ליבּשאפט צו מענשן. דער זיבּעטער טיי? בּאהאנדלט דאָס עניוות, זוי יעדער מענש דארף זיין ביי זי- נידריק. דאָס גאנצע ספר איז דורב- נעפלאָכטן מיט ווערטער פון דער נמרא און מדרשים, וואס שטיצן די עטישע און רעליגיעזע אנשויאוננען פֿון מחבּר. --אין די ל?עצטע יארן האָבּן צוויי יידישע נע- לערנטע; ישרא? אפרת און ה, ג. ענעלאו אָנגעשריבּן ארטיסקלן און אויפנעוויזז, אז א סך טיילן און שטיקער פון ,מנורת המאור'' האָט רבּי יצחק גענומען פון אן אַנדער ספר, װאָס איז געשריבן געוואר
אין אַ פריערדיקער צייט. ישראל אפרת האָט פאַרעפנטלעכט זיין אַרטיק? אין יידיש - עננלישן זשורנא? ,דזשואיש
קווארטערלי רעוויו'' יאָר 1018, און ענע- לאו האָט זיין אַרטיק? פארעפנטלעכט אין יאָרבּוך פון ,, היבּרו יוניאן קאלעדזש'' יאר 7. זיי בּיידע ווייזן אויף, אז א סך טיי- לן פון , סנורת המאור'' זענען גענומען נע- וואָרן פון א ספר, וואס האָט אויך געהייסן , מנורת המאור'' און זיין מחבר אין נע- ווען דער יידישער למדן אין שפּאַניע רבּי ישראל בן יוסף אלנאַקוא (אלנקאוה), פון דער שטאָט טאָלעדאָ, וועלכער איז גע" טויט געװאָרן אויף קידוש השם אין דעם יאר 1891 (ה' קנ"א). דער דאָזיקער ער- שטער ,,מנורת המאור'' איז געבּליבן אין כתב-יד און געפינט זיך אין דער אָקסמאָך- דער ביבליאטעק און ענעלאו האָט אים פארעפענטלעכט (ניו יארק, יאר 1099),
אבּוהב יצחק (1409-143). דעם דאַ- זיקן גרויסן רב האָט מען גערופן אויך ,רבּי יצחק אבוהב דער צווייטער', כדי אים אונטערצושיידן פון דעם מחכר פון ,מנורת המאור''. ער איז געבּוירן געװואָרן אין יאר 1438 (קצ''ג) און איז געווען רב אין שפּאניע אין דער שטאָט טאַלעדאָ.
אין זיין צייט אין אויסנעפאלן די טרױי- ריקע פּאסירונג אין דער יײַדישער געשיב- טע, דער נירוש שפּאַניע. אין יאָר 1402 (רנ'"ב) ווען עס איז אַרױס דער דעקרעט פון שפּאנישן קעניג, אז די יידן מוזן פאר- לאָזן שפּאַניע, האָט רבּי אבוהב באַסומען פאר זיך און נאָך א ריי יידן די דערלויבּ- ניש פון פּאָרטונאלישן קעניג צו בּאזעצו זיך אין פּאַרטונאַל, װאָס לינט אין שכנות מיט שפּאַניע. אין פּאָרטונאל האָט רבי יצחק געלעבּט נישט מער וי 7 חדשים. פון גרויס צער אויף דעם אומנליק, װאָס איז נעשען זייטע יידישע בּרידער אין שפּאניע, אין רבּי יצחק שלאף געווארן און איז געשטאָרבּן (יאר 1498). זיין תל- מיד איז געווען דער גרויסער אסטראָנאָם און היסטאָריקער רבי אברהם זכות, וועל- כער האָט געהאלטען אויף זיין רבִּין א הספּד. ווען דער מחבר פון ,,שולחן ערוך'" רבּי יוסף קאַרו דערמאַנט רבי יצחקן, רופט ער אים אָן רבינו הנדו?" (,אונ- דזער גרויסער רבּי''). ער האָט פאַרפאַסט דאָס דרשות-ספר ,נהר פּישון'' (נעדרוקט אין קאַנסטאַנניפּאָכ 1988), וי אויך א פּירוש אויף רשי און אויך חלכות-חידו" שים. וועגן רבּי יצחק אבוהב ווערט דער- ציילט די לעגענדע, אז אין א טרוסן יאר ווען מען האָט געדאָרפן רענן, האָט ער זיך אוועקגעשטעלט פארן ארון קודש און אױיסגערופֿן, אז ער װועט נישט אוועקגיין פון דאָרט, כל זמן עס װעט נישט ניין קיין רענן. עס אין טאַקע באלד אראָפּ א רענן, אָבער אלס שטראָף איז רבּי יצחק בלינד נעווארן אויף איין אוינ.
אבּוהב יצהוק מען האָט אים גערופן ,דע פאַנטעקש'' (1609-1605). ספרדישער רב און דרשן אין אמסטערדאם, רפי יצחק איז געבּוירן געװאָרן אלס סקריסט אין פּאַָרטונאל אין יאר 1609. ווען ער איז אלט געװאָרן 7 יאר, זענען זיינע עלטערן מיט אים אַנטלאָפן פון פּאָרטונאל, כדי
19 אבוהב---אבולעפיא | 20
זיך צו בּאזעצן אין א פריי לאנד און ווע" רן צוריק יידן. אויפן וועג איז זיין פאָטער געשטאָרבּן, און זיין מוטער איז מיט אים אַנטלאָפֿן קיין אַמסטערדאם, וואו זיי זע- נען געװאָרן עפענטלעך יידן. שוין אין דער יוגנט האָט ער ארויסגעוויזן גרויסע פיי- איקייטן אין לערנען און איז שפּעטער געווען רב צוערשט אין אמסטערדאם, נאַ- סער אין בּראזיליע אין דער שטאָט פער- נאַמבוקאָ, און נאַכער וידער אין אמס- טערדאם. אין זיינע צייטן האָט געלעבּט אין אמסטעהרדאם דער בּארימטער יידישער פילאָזאָה בּרוך שפּינאָזא, און רבּי יצחק איז געווען איינער פון די רבּנים, וואס האָבּן געלייגט שפּינאָזאן אין חרם. אין זיינע עלטערע יארן איז רבּי יצחק געווען איינער פון די, וואס האבּן אין געהיים נע- גלױבּט, אז שבתי צבי איז געווען משיח, און ער האָט זיד נעהאַלטן איז זיין חאזיקן נגלויבּן אויך נאַכדעם, װוי שבתי צבי האָט אָנגענומען די מאַכמעדאנישע אמונה. רבּי יצחק האָט איבערזעצט פון שפּאניש אויף העברעאיש די צוויי פילאַזאַפישע קבלה- ספרים,,בית אלהים'' און ,שער השמים'" פון רבּי אברהם אירירה. אין דער הקדמה פון .שער השמים'' גיט ער איבּער וויב- טיקע היסטאָרישע פאקטן פון די יידישע ליידן אין פּאַָרטונא? פון דער אינקוויזי" ציע. ער האָט אויך געשריבּן אויף פּאַרטן- נעזיש אַ ריי ספרים מיט דרשות פון רע- ליניעז פילאָזאָפישן אינהאַלט. א בּאדיי- טונג האָט אויך זיין איבערזעצונג פון חומש אויף שפּאניש. רבּי יצחק האָט נע- האט א גרויסע ביבליאטעק און דער קאַ- טאַלאָג פון זיינע ספרים איז געדרוקט נע- װאָרן אין יאר 1608.
אבּוהב שׂמואל (1604-1610). איינער פון די אָנגעזענסטע רבּנים, געשפּילט א גרויסע ראָל אין דער מלחמה קעגן שבתי צבי און זיינע אָנענגער; געבּוירן אין האַמ- בּורנ. ווען ער איז אלט נעווען 12 יאר איז
ער געפאָרן קיין ווענעציע אין דער יַשיבה לערנען. פון דעמאָלט אַן איז ער פאַרבלו- בּן אין איטאַליע. צוערשט איז ער געװועז רב אין וװועראָנא, נאַכער אין ווענעציע. רבּי שמואל אבוהב האָט אויך נעקענט א סד וועלטלעכע וויסנשאַפט און נוט באַ- הערשט לאַטיין, דייטש, איטאליעניש, שפּאניש. פון רבּי שמואל? אבוהב אין גע- בליבּן דאָס ספר ,דבר שמוא?'', וואו צום סופ זענען פאראן תשובות ווענגן שבתי צבי און נתן העזתי. אין ספר איזן פאראן אויך די לעבּנס-בּאשרייבונג פון ר' שמוא?ל
אבוהב. אבּולעפיא דער דאָזיקער נאמען איז אויך געשריבּן נעװאָרן ,אבלעפיה,,
,אבולפיו', א פאמילע-נאַמען (דער טייטש איז; ,דער פאָטער פון געזונט'') פון א בּארימטער יידישער פאמיליע, וואס האָט געלעבּט אין שפּאניע איידער מען האָט די יידן פון דאָרט פארטריבן. עס איז פאראן א מיינונג, אז די שפּעטערדיקע יידישע פאַמיליעם ,בּאַלאַפי' אין איטאַליע און , בּאָלאפעי!' אין עננלאנד שטאמען אויר אָפּ פון דער אבּולעפיא-פאמיליע. די דאָ- זיקע פאמיליע האָט אַרױסנגענעבּן פיל וויכטיקע יידישע פּערזענלעכקייטן; צװוי- שן זיי זענען געווען מיניסטאָרן. רבּנים, לומדים, דאָקטוירים, אסטראָנאָמען, פילאָ- זאָפן, מקובּלים, וועלכע האָבּן געשפּילט א נרויסע ראָלע אין יידישן לעבּן.
אבּולעפיאַ אברחהם (פאלשער משיח אין 13טן יארהונדערט), א גרויסער מקן- בּל. שפּילט אין דער נעשיכטע פון דער קבּלה און אויך פון די משיח-בּאווענונגען א גרויסע ראָל. רבי אברהם אבּולעפיא אין געבוירן געװאָרן אין יאר 1240 (ה' אלפים) אין שפּאניע אין דער שטאָט סאראנאסא. שוין אין זיינע יונגע יארן האָט רבּי אַב- רהם געהאַט א רייכע פאנטאזיע, און עס ווערט דערציילט, אז ווען ער איז אלט
1 | אבּולעפיא 22
געווען 90 יאר, האָט ער בּאשלאָסן צו פאר- לאָזן שפּאניע און וואנדערן איבּער דער וועלט, כדי צו געפינען דעם טייר סמבט- יון און די עשרת השבטים. ער האָט זיך געלאָזט אויפן וועג קיין ארץ-דישראק דורך גריכנלאַנד. ער אין אָנגעקומען אין דער שטאָט עכו און גערעכנט צו פאָרן ווייטער. אָבֶּער דאמאָלט איז אין ארץזישרא? פאָר" געקומען די גרויסע מלחמות צוישן די קריסטלעכע ,,קרייץ-פאָרער'' (,,נוסעי הצ" לב''), וועלכע האָבּן געהאָט איינגענומען ארץדזיש-א? און די מאַכמעדאַנער פון עניפּטן, װאָס האָבן געװאָלט צוריק אִפּי נעמען ארץ-ישראל,. רבּי אברהם האָט דעריבּער ווייטער נישט געקאַנט פאָרן. ער איז צוריקנעפאָרן קיין גריכנלאַנד. און פון דאָרט איז ער אוועק קיין איטאַליע. און נאָכדעם וי ער האָט אזוי נעוואנדערט פיל יאר, אין ער צוריקנעקומען קיין שפּאניע און האָט זיך באזעצט אין דער שטאָט בארצעלאַנא. דאָ האָט רבי אברהם אַבּולעפֿיא זיך בּאקאנט מיט דער געהיי- מער קבלה-לערע. און ער האָט צונויפגענו- מען ארום זיד תלמידים און גענומען מיט זיי לערנען קבלה. רבּי אברהם אבולעפיא זאגט (אין זיין ספר ,,חיי עולם הבא'"'), אז דער מענש מוז זיך אָפּזאָנן פון די נאַ- רישסייטן פון דער וועלט, אנטלויפן פון | די קערפּערלעכע תענונים, פירן א לעב פון פּרישות און נזירות, פאסטן א סר, פארבּריינגן אין התבודדות, איינער אליין, אַמבּעסטן בּיינאַכט, וייל דאָס מאַכט דיינער די נשמחה פון מענש און דערוועקט אין אים יראה אוֹן אהבה צו גאָט. רבי אברהם אליין האָט וירקליך זיך אזי אויפגעפירט. ער איז געווען אן אסקעט, פיל געפאסט, אָנגעטאָן זיך קערפּערלעכע יפורים. ווען רבּי אברהם אבּולעפיא איז אַלט געװאָרן 85 יאָר, האָט ער זיך ווידער געלאָזט וואנדערן; ער איז אוועק קיין אי- טאליע, סיציליע, גריכנלאַנד. אין גריכן-
לאנד, אויף דעם באַרג פּאטראס, האָט ער מחבּר נעווען זיין ,.ספר חישר',, אַ נעמיש פון נבואות און נימטריאות און סתם קב- לה-מיינוננען. נאַכער האָט ער זיך באזעצט אין איטאַליע, וואו ער האָט נעהאַָט אַרום זיך א סך תלמידים, און געלערנט מיט זיי זיין נייע לערע. רבי אברהם אבולעפיא האָט דערקלערט עפענטלעד ווענן זיד, אן ער איז משיח, און אן ער אין נעקומען אויסלייזן די יידן צום ערשטן פון זייער גייסטיקער פינסטערניש און דערנאָר פון גלות. רבי אברהם איז געווען אזוי איינ- געגלױיבּט אין זיין נעטלעכער שליחות, אז ווען ער איז אַלְט געװאָרן 40 וֹאָר, איז ער
געפאָרן קיין רוים, כדי צו ווירקן אויף
דעם דעמאָלטיקן פּויפּסט ניקאַלאוס דעם דריטן, אַז ער זאָל זיד מגייר זיין און מיט אים זאָל זיך מנייר זיין די גאנצע וועלט. דער פַּארימטער רב אין יענער צייט, רבי שלמה בּן אדרת, וואס איז בא- קאַנט מיט די ראשייתיבות ;רשב"א', וועלכער איז געווען רב אין בּארצעלאָנאַ האָט פונאנדערנגעשיקט א בריוו קעגן רבי אברהם, ,נב? שם רשעים ירקב'' (,ני- דערטרעכבטיסער מאַן, זיין נאָמען זאָל פארפוילט ווערן''), װאָס נאַרט אֶפּ די יידן. רבּי אברהם האָט אויך שארף אִפּ- געענטפערט, און ער איז דערגאננען אזוי ווייט, אז ער האָט געוואנט שוין ארויסצו" טרעטן מיט ווערטער קענן נמרא, און ער האָט געזאַנט, אַז די אַלֶע, װאָס לערנען נמרא און זענען נישט עוסק אין קבּלה, זענען נאָך ערנער װוי די גויים. -- ער אין געשטרבּן אלט זייענדיק לערך א יאך 600, רבּי אברהם איז געווען דער ערשטער, וואס האָט ארויפנעפירט דאָס לערנען קבּלה אויף א בּרייטן װועג און ער האָט איר זייער פאַרשפּרײט עפנטלעך; בּין אים האַבּן עס געלערנט נאָר נעציילטע מענשן אלס געהיימע לערע. עס אין פאראן א מיינונג,. אז דאָס בּארימטע קבּלה ספר
28 | | אבּולעפיא 24
,זהר'', וואס איז שפּעטער געפונען גע- וואָרן דורך רבּי משה די ליאון, זאָל האָבּן פארפאסט געװאָרן אין דער קבלה ישיבה פון רבּי אברהם אבולעפיא.
אבּולעפיאַ חיים ספרדישער רב צו- ערשט אין סמירנא (איזמיר) אין קליין- אזיע, וואו ער האָט נעהאט א גרויסע ישיבה און ערצויגן א סך תלמידים: דאָרט האָט ער אויך מחבר געווען זיינע שפּעטער בּארימטע ספרים /,מקרא קן- רש'', ,ישרש יעקב',, ,,עץ החיים'', ,יוסף לקח'' ,, שבות יעקב'' אויף הלכות און אנ- דות. אין יאר 1740 (ת'"ק) איז ער איינ- געלאדן געװאָרן אלס רב אין ארץדישראל אין דער שטאָט טבריח. רבּי חיים אבּולע- פיא האָט פיל מיטגעהאָלפן צו הער אַנט- וויקלונג פון יידישן ישוב אין טבריה. ער האָט געזאמלט נעלט און אויפנעשטעלט הייזער און א שול, בּרוקירט די נאסן און ער איז געווען פון די ערשטע, וואס האַבּ: נעקויפט פעלדער אין דער אומגעגנט פון דער שטאָט, כדי יידן זאָלן זיך בּאַשעם- טיקן מיט ערד-ארבּייט. רבּי חיים אבּולע- פיא איז נעשטאָרבּן אין יאר 1744 (תק''ר) זיין קבר איז אין טבריה.
אבּולעפיא טודרוס (בּן יהודה; לערד 7) דיכטער אין שפּאניע אין דער שטאָט טאָלעדאָ, גרויסער חשוב בַּיים קע" נינ פון קאסטיליע. מחבר פון ,נן המשלים והחירות"".
אבּולעפֿיאַ טודרוס (בּו יוסף, געלעצט אין 15טן יארהונדערט). רב אין שפּאניע, געבּוירן אין דער שטאָט בּורנאָס ?ערך 1294. מאראן טיי? (צווישן זיי אויך די העבּרעאישע ענציקלאָפּעדיע ,אוצר ישי ראָל''), וואָס פֿאַרװעקסלען דעם דאָזיקן טודרוס אבולעפיא מיט טודרוס בּן יהודה אבּולעפיא. ער האָט מחבר געווען א ספר ;עלית יבמות'' אויף דער נמרא יבמות, וי אויך א ריי קבלה ספרים ,שער הר"-
זים'', .אוצר הכבוד'' און אנדערע. טייל ווילן אויך האָבּן, אז דער דאָזיקער טוך- רוס אבּולעפיא האָט מחבר געווען דאָס בּארימטע קבלה"ספר ,,מערכת האלהית".
אבּולעפיא מאיר חלוי (רמ"ה). רב, פּוסק און מקובל, איינער פון די ,,ראשונים/!, װאָס זיינע חידושים אין לומדות זענען אַנגענומען געװאָרן אין דער לומדישער וועלט. רבּי מאיר אבולעמיא איז בּאקאַנט מיט זיין ראשי-תיבותצאַמען רמ''ה, רבנו מאיר חלוי''. ער איז געבוירן געװאָרן אין שפּאניע אין דער שטאָט בּור- גאָס לערך 1170 (ד' אלפים תתק"?) און איז געשטאָרבּן אין טאָלעדאָ אין יאר 1944 (ה' אלפֿים ד'). ער האָט אָנגעפירט אין טאַלעדאָ מיס א גרויסער ישיבה. מען האָט אים אזוי געשעצט, אז די שטאָט- מענשן האָבּן אים גענעבּן דעם טיטל ,נשיא!!. זיין רום איז גענאננען זייער ווייט, אזוי אז מען האָט אים געהאלטן נגרויס נישט נאָר אין שפּאניע, נאָר אויך צווישן די דאמאָלסטיקע קהלות אין דייט- שלאנד. דער גרויסער מפרש און פּוסק רבּי משה בּ} נחמן, דער רמב''ן, האָט אים גנע" רופן ,,נשיא מנשיאי החלוויים''. רבי מאיר אבּולעפיא איז געווען נישט נאָר א גרוי- סעד נאון אין לומדות, טאר אויך זייער אַ גרויסער מקובל, און ער איז געווען איי- נער פון די יידישע רבּנים, װאָס האָבֹּן געוואנט אָנצוהױיבּן אַ קאמף קעגן רמב''ם און זיינע פילאַזאַפישע ספרים און דער עיקר קענן די אַנשויאונגען פון רמב'"ם וועגן ,עולם הבא'' און ,,תחית החמתים". די בּארימטעסטע ספרים וואס רבּי מאיך האָט מחבּר געווען זענען: ,פּרטי פּרטין'" חידישים אויף הער גאנצער גמרא; דאָםס / דאָזיקע ספר איז צו אונז דערגאננען נאָר אין אויסצונן, וואס ווערן געבּראכט אין ,.שיטה מקובצת''. א חוץ דעם זענען גע- דרוקט נעװאָרן זיינע חידושים מיטן נאַ- מען ,,יד רמה'' אויף די נמרות בבא בּתרא
28 אבולעפיא---אבות 26
און סנהדרין. עס זענען אויך געדרוקט פון אים ., תשובות''. טייל ווילן האָבּן, אן אויך געוויסע קבּלה-ספרים (,,גינת ביתן", ,לפני ולפנים'', .שושן סודות'') זענעו געשריבּן געװאָרן דורך רמ''ה.
אַבּולעפיא דון שׁמואל (1860-1490) יידישער מיניסטער אין שפּאניע אין 14- טן יארהונדערט וועמנס טראנישער גורל איז בּאשריבּן געװאָרן דורך א ריי שריפט- שטעלער. ער האָט שױין אין די יוננע יארן ארויסנעוויזן אזעלכע געניאלע פייאיקייטן אין פירן פינאַנסן, אז הער קעניג פּעדראַ (דער ,,אכזר'') האָט אים בּאשטינט אלס זיין פינאנץ-מיניסטער, און מיט דער צייט איז ער געװואָרן דער פּאַליטישער בעל-יועץ פון קעניג. דון שמואל אבּולעפיא האָט אזוי נלענצענד נעפירט די נעשעפטן פון דער רענירונג, אז ער האָט אין א קורצער צייט אָפּנעצאָלט אלע חובות פון דער מלן" כה, און אוועקנעשטעט די מלוכה-פינאנסן אויף זיכערע פונדאמענטן. דון שמואל אליין איז אויך דערבּיי רייך געװאָרן. ער האָט זיך אויפנעשטעלט איינעם פון די שענסטע פּאלאצן אין טאָלעדאָ. נאָך היינט שטייט דער דאָזיקער פּאלאץ און די שפּא- ניער רופן אים ,פּאלאציא דעל יודיאָ'" (דער יידישער פּאלאץ). ער האָט אויך אויפנעשטעלט שיינע סינאנאגעס, און איין סינאַגאַנע שטייט נאָך היינט אין טאָ- לעדאָ; די נלחים האָבּן די דאָזיקע שול איבּערנעמאַכט אויף א קירכע, עלכע איז נאָך היינט אַ קירכע און הייסט די ,טראן- זיטא''-קירכע און אינווייניק אויף די ווענט זענען נאָך פאראן די העבּרעאישע אויפשרימטן, װאָס רימען די נרויסקייט פון דון שמואל אבּולעפיא; זיי זאַנן וועגן אים, אז ער אין ,אצי? מאַצילי האָיץ" ,דער אדלמאַן פון די אדל-מענער אין לאנד''). אָבּער צום סוף אין זיין גליק צושטערט נגעװאָרן, אין יאר 1260 האָט דער קענינ געהייסן אַרעסטירן דון שמואלן
און האָט צוגענומען זיין גאנץ פארמעגן. אין דער תפיסה האָט מען דון שמואלן אָנֵ- געטאָן די שרעקלעכסטע עינויים, און פון די דאָזיקע פּיינינונגען איז ער געשטאָר- בּן, אין חודש מרחשון יאר 1560, אויף זיין מצבה האָט מען אויסנעקריצט די ווערטער: צדיק נבחן, סבל שבט מוסר ומפדרכי האל לא סר, וקבל את היסורין מאהבה'' (א אױסנעפּרובכטער צדיק, ער האָט נגעליטן יסורים און איז נישט אָפּנע- טרעטן פון נאָטס וועג און אנגענומען די יסורים מיט ליבשאפט'').
אבות מיט דעם װאָרט ,אבות"' (די פאָ- טערס, די ,,פּאטריארכן'') ווערן אַנגערופן קודם-כ? די דריי ערשטע ,פאָטערס'' פון יידישן פאָלק, אברהם אבינו, יצחק אַבינו און יעקב אבינו. די נמרא אין בּרכות ט'ץ זאָגט דעריבּער; ;אין קורין אָבוֹת אלא לשלשה'', אז ,סיט דעם װאָרט אבות רופט מען נאָר דריי פּערזאָן'", דאָס הייסט אברהם, יצחק און יעקב. אבער נישט קן- קנדיק דערויף, געפינען מיר אין הער גמ" רא בּאצייכנט מיט דעם ווארט ,אבות" אויך אנדערע גרויסע יידישע פּערזאַנען. אַזױ איזן פאַראַן אין דער נמרא בבא מציעא פ"ה, , אבות העולם מה ניה" רבי חייא ובניו'' -- ,,ווער זענען די אבות פון דער וועלט ? רבּי חייא און זיינע קינ- דער'', װאָס זענען געווען די גרעסטע יידי- שע פּערזענלעכקייטן אין יענער צייט. אין דער משנה עדיות פּרק א' געפינען מיר אַנגערופן מיטן נאָמען ,אבות העולם'' די ערשטע תנאים בּית שמאי און בּית הלפ. -- מען בּאנוצט טיילמאָל דאָס װאָרט אָבות אויך צו סתם עלטערן און עלטער- עלטערן, אוב די דאָזיקע עלטערן זענען געווען בּאקאנט אלס צדיקים. עס אין פאראן דער אויסדרוק ,דער זכות אבות" אָדער ,דער זכות פון די אבות'' זאָל בּיו- שטיין אין אן עת צרה, און מען מיינט
27 אבות 98
דעם זכות פון די פרומע עלטערן און על-
טער-עלטערן.
אָבו! (די תפילה אין דאוונען). די ערש- טע ברכה אין שמנה עשרה הייסט אויך ;אבות'', וויי?ל אין איר ווערט געזאַנט ,אלהינו ואלהי אבותינו אלהי אברהם ואלהי יצחק ואלהי יעקב''. שוין אין די צייטן פון דער משנה (ראש השנה פּרק ד') וװערט די דאָזיקע תפילה אָנגערופן מיטן נאָמען , אבות'. צו דער דאָזיקער תפלה אין ראש השנה, יום כפּור שחרית, מוסף און נעילה וי אויך סוכות און פּסח בּיי טל און גשם זענען פאראן באזונדערע מעלאָדיעס.
אב ?! נאָמען פון דער מסכתא אין משניות סדר נזיקין. די דאָזיקע מסכתא איז זייער פּאָפּולער בּיי אַלֶע יידן אוֹיך מיטן סתם נאָמען ,פּרק, און זי ווערט געזאָגט פּרקים-ווייז א גאנצן זומער, יע- דן שבת א פּרק. -- שוין אין די צייטן פון דער גמרא האָט די דאָזיקע מסכתא געהייסן ;אבות'', און מיר געפינען אין דער גמרא כּבא קמא דף ?', אז אויב איו- נער ווי? זיין א חסיר ,,לקיים מילי דא- בות',, זאָל ער ערפילן די אָנווייזונגען פון דער מסכתא אָבוֹת. דער דאָזיסער מאמר פון דער נמראָ ניט אונז א כאַראַקטעריס- טישע מיינונג וועגן דעם אינהאלט פון , פּרקי אבות''. דאָס אין א זאמלונג פון רעליגיעזע און עטישע וערטער וענען יידישקייט און מוסר און דרך:ארץ און סתם גוטע מידות פון מענש, וואס זענעןז ארויפגעזאַנט געװאָרן דורך די אָנגעזעענ- פטע יידישע פירער פון די צייטן פון ,אנשי כנסת הנדולה'' אָן װואָס האַבי געלעבּט אין אֶנְהוֹיבּ פון דער צייט פון צווייטען בית המסקדש), בּיז די לעצטע תנאים פון דער משנה. דעריבּער הייסט די מסכתא אבות, וויי? די דאַזיקע גרוי- סע יידישע פירער ווערן בּאטראכט אלס
די אבות, די פאָטערס פון יידנטום. באלד אין די ערשטע פּרקים ווערן גענעבן די ווערטער'' פון די אַנשי כנסת הגדולה, דערנאָך פון שמעון הצדיק און הערנאָך פון די ,,זוגות''? דאָס זענען די צוויי יידישע פירער אין יעדן דור, וואָס זענען נעשטאַ- נען אין שפּיץ פון סנחדרין. דערנאָך הויבן אַָן צו גיין די ווערטער פון די סתם תנאים פון די צייטן פון דער משנה. אין דער מסכתא זענען פאראן זעסס פּרקים; דער לעצטער , זעקסטער פּרק װערט אויך אֵנ- גערופן די ,,ברייתא פון קנין תורה'' און דאָרט ווערן געבּראכט אלע ווערטער וועגן דער גרויסקייט פון לערנען תורה. דער 6טער פּרק איז ניטאָ אין משניות. דער אַל- געמיינער געדאנק פון די אלע עטישע און רעליגיעזע ווערטער פון פּרקי אבות אין, אז דער מענש זאָל גוטס טאָן צו מענשן, לערנען תורה און דינען גאָט, און נישט זארגן פיל וועגן די זאכן פון הער וועלט. די ,פּרקי אבות'' זאָגן, אן מען זאָל זיין ,אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הב- ריות'' (,, ליב האָבּן שלום, און זוכן דעם שלום, ליב האָבּן מענשן''). יועגן העלפן יערן מענש ווערט געזאָגט אין פּרקי אבות ,יהי ביתך פּתוח לרוחה ויהי עניים בני ביתד'' (,דיין שטוב זאָל זיין אָפן פאך יעדן, און אַרימעלייט זאָלן זיין דיינע שטוב-מענשן''). די פּרקי אבות ראטן דעם מענש נישט צופי? נאַכיאגן זיך נאָך גע- שעפטן, ווייל? ,,מרבה נכסים מרבה דאגה'" (,;װאָס מער געשעפטן מען האָט, אלץ מער זאָרגן האָט מען''), און דער מענש דארף זיך נישט גרויס האַלטן, , שתקות אנוש רימה'' (,וויי? דער סוף פון מענש איז ווערים!'). , איזה עשיר''? ווער הייסט רייך? ענטפערט די ,, פּרקי אבות'' ,, השמח בּחלקו'', ווער עס איןז צופרידן מיט דעם װאָס ער האָט. , איזה חכם"? ווער הייסט קלוג? הלומד מכל אִדם, דער ואָס פאר- לאָזט זיך נישט אויף דעם אייגענעם שכל
99 | | אבות דרבי נתן 30
נאָר ער הערט אויס אויך די מיינוננען פון אנדערע. אין פּרקי אבות דערנייט הער מוסר פון יידנטום, די עטיש-רעליגיעזע אַנשויאוננען, בּיז צו דער העכסטער מד- רגה אין די ווערטער ,אל תהיו כעבדים המשמשין את רבּן על מנת לקבל פּרס" (,;איר זאָלט נישט זיין װוי די קגעכט, וואס דינען זייער האַר כדי צו בּאקומען בּאלוו- נונג""). -- צו די פּרקי אבות זענען שפּע- טער נגעשריבּן געװאָרן פּירושים דורך די גרעסטע יידישע רעליניעזע דענקער אין פארשיידענע צייטן, װוי הער רמבם, רבֵּי יונה נירונדי, אבּרבּנאל, ר' יוסף יעבץ און אַנדערע. א זאמלונג אויסצונען פון די. דאַ- זיקע פּירושים האָט צונויפנעשטעלט רבי שמואל אוזידאָ פון צמת אין זיין ,, מדרש שמוא?',, נעדרוקט אין ווענעציע 1879. די פּרקי אבות זענען איבּערנעזעצט געואָרן און נעדרוקט אויף יידיש פיל מאָל אין די סידורים (דאָס ערשטע מאָל אין עס נע- דרוקט געװאָרן אויף יידיש אין קראָקא יאר שמ"ו). עס זענען פאראן איבּערזע- צוננען פון פּרקי אבות אויף לאַטיין (פון פּוילוס פאניוס יאר 1541), אויף שפּאניש, דייטש, עננליש, פּויליש, רוסיש און אן- דערע שפּראכן. -- דער מנהג צו זאָגן פּרק אין די שבתים ווערט נעבּראכט שוין אין פידור פון רב עמרם נאון, וועלכער זאָנט, אז אין בּבל אין די צייטן פון די נאונים איז געווען דער מנהג שבת נאך מנחה צו לערנען פּרקי אבות און די ברייתא מון קנין תורח. דער טור אורח חיים סימן רצ'ב זאַנט, אז אין שפּאַניע איז געווען דער מנחג צו זאָנן פּרק שבת אין דער פרי. דער , כליבּו'' סימן מ' דערציילט, אז אין דייטשלאנד איז געווען א מנהנ צו זאָגן פּרק שבת נישט נאָר זומער נאָר אויך ווינטער.
אבות דרבי נזן נאמען פון א מסם- תא, וואס אָנטהאַלט עטישע און רעליגיעז מאָראלישע ווערטער פון תנאים. פון דעם
נאָמען ,,אָבות דרבי נתן'" איז צו זען, אז מען האָט געהאַלטן רבי נתן, דעם באקאַנ- טן תנא, אַלס דעם צוזאַמענשטעלער פון דער מסכתא. אין דער דאָזיקער מסכתא געפינען זיך אויך כמעט אלע וערטער, װאָס זענען פאראן אין פּרקי אבות. עס זענען דעריבּעד פאראן טייל יידישע געלרנ- טע וי שי'"'ר (דאפּאָפּאָרט), האַפמאן, װואָס האַלטן, אז נאָר אמאָל האָט עקזים- טירט נאָר די ,אבות דרבי נתו', און שפּעטער האָט מען דערפון נעמאַכט א קיצור און דערפון איז ארויסנעקומען דו פּרקי אבות. דאקעגן אנדערע געלערנטע װוי צונץ זאָגן, אז די ,,אבות דרבי נתו" איז צוזאמעננגעשטעלט געװאָרן ערשט אין גאָר שפּעטע צייטן, נאָך די צייטן מון דער נמרא. לעצטנס האָט מען אויסנעפינען, אז פון ,אבות דרבי נתן' האָבּן עקזים- טירט צוויי נוסחאות, וואס די נגעלערנטע רופן אָן ענוסח א'' און ,נוסח ב/; דער ,נוסח א'' בּאשטייט פון 41 פּרקים, דער ענוסח ב'' פון 48 פּרקים. פּראָפעסאר שעכטער האָט פארעפנטלעכט בּיידע נוס" חאות מיט פֿארשײדענע טעקסט-פאר- גלייכוננען אין ווין יאר 1887. --- אין אבות דרכי נתן זענען פאראן עטישע און רע- ליגיעזדמאָראלישע ווערטער: אזוי ווערט דאָרט געזאָנט: אם יתן איש לחבירו ממון הרבה ואין פניו פּשוטין לו כאילו לא נתן כָלום'' (,אויבּ איינער שיינקט זיין חבר א סך נעלט, נאָר טוט עס נישט מיט א צו- פרידן געזיכט, אין עס פּונקט וי ער וװואָלט גאָרגישט גענעבן''). אויף די ווער- טער פון פּרקי אבות, אז דער מענש דארף זיך נישט גרויס האַלטן ווייל ער וועט דאָך ווערן נאָך זיין טויט ,רימה ותולעה" (,,ווערים''), זאָגט דער , אבות דרבי נתן" אז ניט נאָר נאָכן טויט, נאָר אויך בּיים לעבּן איז דער מענש ,,רימה'', נישט מער וי אווערימל. אין ,,אבות דרבי נתן'' נע- פינען מיר אויך פיל ווערטער, װאָס לויבּן
31 אבטלית---אבי זמרט רוך 92
די גרויסקייט און שיינקייט פון ארץ-יש- רא?, און עס ווערט דאָרט נעזאַנט, ,אין לך יופי כיופי של ירושלים'' (,,קיין שטאט איז נישט אזוי שיין וי ירושלים'). אין אָבוֹת דרבי נתן געפינען מיר אויך טייל ידיעות וועגן חורבּן ירושלים און ועגן דער אנטשטייאונג פון די צוויי יידישע סעקטן אין די צייטן פון בית המקדש, די ;,;צדוקים'' און ,ביתוסין". עס וערט דאָרט אויך דערמאַנט א ספר ,הלכות חסידים'', װאָס איז צו אונז נישט דער- גאננען.
אבמליון נאָמען פון איינעם פון די גרעסטע יידישע פירער אין ירושלים אין די צייטן פון צווייטן בית המקדש, בעת דער הערשאַפט פון די לעצטע יידישע פירשטן פון דער חשמונאים דינאסטיע. ער איז געווען פון די ,זוגות',, און זיין חבר איז געווען ,,.שמעיה'', און מיר נעפו" נען זיי אין דער משנה און נמרא צוזאמען ;,שמעיה ואבטליון''. לויט א געוויסער טראדיציע אין דער משנה איז שמעיה נע- ווען דער נשיא פון די פנהדרין און אב- טליון איז געווען דער ראש בית-דין. איז דער נמרא פּסחים ס'ו און ע' וװוערט נע- זאָגט וועגן אבטליון, אז ער איז געווען פון די ,,נדולי הדור'', ,די גרעסטע פון דער צייט'', און פון ,דרשנים גדולים, די גרויסע דערקלערער פון רעליגיעזע זאכן. לויט דער גמרא (גטין נ"ז) האָט אַבטלין געשטאַמט פון גרים. אויך פון אנדערע גמראדערטער (יומא ע"א און די משנה אין עדיות) איז צו זען, אַז אבטלון שטאַמט פון גרים. פון אבטליון איז פאראן אין פּרקי אבות א לערװואָרט: ,חכמים הזהרו בדבריכם, שמא תחובו חובת גלות ותגלו למקום מים הרעים וישתו התלמו" דים הבאים אחריכם וימוֹתו ונמצא שם שמים מתחלל', אז חכמים דארפֿן זיין פאַרזיכטיק מיט זייערע ווערטער, ווייל זייערע תלמידים קאַנען זיי שלעכט אויס-
טייטשן און דער נאָמען פון נאָט װעט ווערן פארשוועכט. טייל געלרנטע וילן האָבן, אז אבטליון ווערט הערמאַנט אויר אין דעם היסטאָרישן ווערק ,יידישע אל- טערטימער'' (15, 1) פון פלאוויוס, וואו עס ווערט דערציילט, אַז ווען הורדוס המלך איז געװאָרן קעניג, האָט ער געטויט א סך יידישע חכמים, אָבּער ער האָט ניט געטויט , פּאַליאָן''; הער זעלבער ,פאֵל- יאן'' ווערט אויך דערמאַָנט בּיי פלאוויוסן אלס רבּי און חבר פון , סאמעאס'' (דאָס זאָל זיין ,,שמעיה'' אָדער ,שמאי''). אב- טליון האָט צוזאמען מיט שמעיה נעפירט אַ ישיבה אין ירושלים און זייערע הויפּט- תלמידים זענען געווען חל? און שמאי, אן! די משנה איו פּרקי אבות זאָנט: ,הלל ושמאי קבלו מהם''. אין דער משנה ווע" רן געבּראכט עטלעכע הלכות אין נאָמען פון אבטליון צוזאמען מיט זיין חבר שמעיה.
אבי זמראַָ דוד רדב"ז, איינעַר פון
די גרעסטע יידישע רבנים אין 16טן יאר- הונדערט, און אויך היינט איז ער אן אױיטאָריטעט אין דער לומדישער וועלט. רבי דוד אבי זמוא אָדער ,בּן זמרא" (דערפון איז זיין ראשי תבותנאַמען רדב'"ז) איז געבּוירן נעװאָרן אין שפּאַ- ניע אין יאָר 1479, פּונקט אין יאָר ווע ער איז געװאָרן בר מצוה איז פאָרגעקומען דער גרויסער נירוש פון שפּאניע. רבּי דוד צוזאמען מיט זיינע עלטערן האָט פארלאָזט שפּאניע און האָט זיך באזעצט אין. צפת. דערנאָך איז ער אוועק קיין פעץ אין אם- ריקא און אין יאר 1519 האָט ער זיך בּא- זעצט אין עגיפּטן, אין עניפּטן אין ער גנע" ווען רב א לאננע צייט ביז צום יאר 1569, ווען ער איז אלט געווארן 90 יאר. ער אין דאמאָלט אַװעק קיין ירושלים און רערנאָך קיין צפת, וואו ער איז נפטר געװאָרן אין יאר 1589 (אין עלטער פון 110 יאר). ---די באדייטונג פון רדב"ז בּאשטייט קודם כל
32 אביב---אביה 34
אין די פיל וויכטיקע ספרים, װאָס ער האָט מִחבּר געווען, װוי , שאלות ותשובות רדב'"ז'", זוי אויך אַ פּירוש אויף א סך שטעלן פון רמב''ם מיטן נאָמען ,יקר תפארת''. א חוץ דעם האָט ער געשריבּן אַנדערע הלכה ספרים און אויך עטלעכע ספרים אויף קבּלה. דער רדב''ז האָט אויך אויסגעשטעלט גרויסע תלמידים, וואָס זע" נען נאַכער געװאָרן די העליגיעזע פירער פון יידישן פאָלק, װי דעם גרינדער פון דער קבּלה-שיטה אין צפֿת רבי יצחק לוריא (ר''י), רבּי בצלאל? אשננזין אויך דער מחבר פון שולחן ערוך, רבי יוֹסף קאַרן האָט אים אָפּנענעבן גרויס כבוד. בִּיז די צייטן פון רדב''ז האָבּן די יידן אין מצרים געציילט זייער צייט-דרעכנונג לויט דעם אלטן ,,מנין שטרות'' פון גריבישן קעניג סעלעאוקוס אין סיריע. דער רדב"ז האָט דאָס אָפּנעשאפט און דאָרט איינגעפירט די ציילונג ,,לבריאת העולם', װוי עם איז היינט אָנגענומען די יידישע ציילונג.
אָבים אין די צייטן פון תנ"ד דער יידו- שער נאָמען פאר דעם חורש ;ניסן". היינטיקע יירישע נעמען פון חדשים זענען נישט קיין אור-אלטע יידישע, נאָר די יידן האָבּן זיי איבּערנגענומען פון די בּאבּי- לאָנער. ווען זיי זענען נעווען אין גלות כּבל נאָכן חורבן פון בית המקדש. אין תנ'"ד ווערן די חדשים בּאַצייכנט מיט צאָלן, און ניסן האָט געהייסן דער ערש- טער חודש, אייר דער צווייטער און אַזױ כסדר, בּיז אָדר האָט נעהייפן דער צוועלפ- טער חודש, אָבּער עס זענען אויך נע- בּליבּן אין תנ'"'ד אויך זייערע אור-אלטע יידישע נעמען, און דער חודש ניסן אין איינער פון זיי און הייסט ,אביב'. מיר געפינען אין חומש שמות י''ב ,חיום אתם יוצאים בחדש האביב'' און אין חומש דב" דים ט"ז: ,כי בחדש האָביב הוציאר ה' אלהיך ממצרים'' (,ווארום אין חודש אָבִיב האָט דיך גאָט ארויסנענומען פו
מצרים'') און דאָס אין אין חודש ניסן. ערשט אין די שפּעטערע צייטן פון תלמור האָט מען אָנגעהויבּן בּאצייכנען מיטן װאָרט ,אביב'' פרילינג אין אַלנעמיין, דאָס הייסט די חדשים ניסן, אייר סיןן, און די נמרא סנהדרין י'"א ברייננט די בּרייתא, אַז אויף דריי זאַבן מאַבט מען אַ יאר פֿאר א עיבור-יאר און מען ניט צו נאָך א חודש, און איינע פון די דריי זאכן איז ,על האָביב'', דאָס והייסט, אויב דער פרי- לינג האָט זיך פארשפּעטיקט און די תבן- אה אין ארץדישראל, וואו עס ווערט ציי- טיק אין פרילינג, אין נאָך נישט צייטיק געװאָרן.
אביגיל אין תנ"ך געפינען מיר צוויי פרויען מיט דעם נאָמען אביניל. איינע איז דערמאַנט אין שמוא? ב', קאַפּיט? יז און עס ווערט דערציילט, אז זי איז געוועז א שוועסטער פון דוד החמלך. די צווייטע אביני? ווערט דערמאַנט אין שמואל א' קאפּיט? כ'"ה און דערנאָך ווייטער אין ספר שמואל. זי אין אין אנהויב געווען די פרוי פון א געוויסן גוטס-באזיצער אין ארץ-ישרא? מיטן נאָמען נבל הכרמלי; ווען נב? איז געשטאָרבּן איז אביני? גע- װאָרן די פֿרוי פון דוד המלך. אין תנ'"ך ווערט דערציילט וועגן איר, אז זי אין גע- ווען ;;טובת שכל ויפת תאר'', א קלונע און א שיינע. אין דער נמרא זענען פאראן פיל דרשות ווענן אביני?. אין דער נמרא מני- לח י''ד ווערט זי פאררעכנט צווישן די 7 פרויען-נביאות, ואָס זענען געװען בי ייד.
אביה נאַמען, װאָס ווערט דערמאַנט עט- לעכע מאָל אין תנ'"ד. הער װויכטיקסטער פון זיי אין אביה, וועלכער הייסט טייל- מאָל אויך ,,אבים'', דער קעניג פון מלכות יהודה, א זון פון קעניג רחבעם און אן אייניקל פון שלמה המלך. אין ספר מלכים א' קאַפּיט? ט'ו ווערט דערציילט ועגן
38 אביחוא---אביוגים 20
אים, אז ער איז געווען מלך אין ירושלים דריי יאר, און ער איז בּאנאנגען פיל זינד. אין דברי הימים הייסט עֶר אביה, און אין ספר מלכים אבים. טייל געלרנטע זענען משער, אז דעריבּער האָט אים דער שריו- בּער פון ספר מלכים איבּערנעמאַכט דעם נאָמען אויף ,אבים'', כדי נישט צו דער- מאַנען בּיי א זינדיקן מאַן דעם נאָמען פון נאָט ,יה'. דער מחבּר פון דברי הימים ניט אָן אלס קוועלע פאר זיינע ידיעות וועגן אביה מלך יהודה א ספר ,מדרש הנביא עדו"
אביהוא זון פון אהרן הכהן. אין שמות כ'"ד ווערט ער און זיין ברודער נדב גע- רדעכנט צו די אָנגעזעענסטע יידישע פירער אין דער מִדבּר. אין זיקרא י' ווערט דער- ציילט ווענן אביחוא און זיין בּרודער נדב אז זיי האָבּן מקריב געווען אויף דעם מןז- בּח פרעמד פייער (,אש זרה''), אנן דא- מאָלט איז ארויס פון מזבּח א פייער און האָט זיי בּיידן פארבּרענט. |
| אביונים דער טייטש פון דאָזיקן ווארט אויף העבּרעאיש אין , אַרימע לייט'". אין די לעצטע יארן פון צווייטן בית המסדש און אויַך אין אַ געוויסער צייט דערנאָך האָט געלעבט אין ארץדישראל א רעליניעזע סעקטע ,אביונים'". אין דער נמרא ווערט ידי סעקטע נישט דערמאַנט, אָבּער מיר געפֿינען ידיעות וועגן איר בּיי די ערשטע קריסטלעכע שרייבּער. די דאָזיקע אביו- ניםדסעקטע אין בּאשטאַנען פון צויי טיילן, פון אידן און פון קריסטן. די אביו- נים האָבּן אממייסטן געלעבט אין דער געגענט פון טייך ירדן און האַָבּן געפירט אן ארים לעבּן, א קאַמונע: אלע זענען געווען גלייך, דאָס פארמעגען פון איי- נעם האָט געהערט צוֹ דער גאנצער נע- מיינדע זייערער. -- אויף וי ווייט די אביוניס-סעסטע האָט געהאָט א שייכות מיט דער ריין-יירישער איסיים-סעקטע,
װאָס האָט עקזיסטירט אין דער צייט פון בּית-שני און האָט אויך געפירט אן אָרים קאָמונע לעבּן, אין נישט בּאקאנט. פּראָ- פּעסאַר גערץ אין זיין ארטיק? אין די ברעסלויער ,,מאָנאַטסשריפט פאר נגעשיכ- טע און וויסנשאפט פון יידנטום'' 1809 זאָגט ארויס די השערה, אז די אביונים" סעקטע האָט עקזיסטירט בּיי די יידן פון גאָר אַלטע צייטן, נאָך פון ערטשן בּית- המקדש אָן. לויט דער מיינונג פון גרעץ זענען עס געווען אַממײסטן די מיטגלי- דער פון שבט לוי, װאָס האָבּן קיין אייגע- נע ערד אין ארץ-ישראל נישט געהאט און האָבּן געפירט אן ארים לעבּן, האָבּן גע- וואנדערט איבער דעם לאנד און אומעטום פארשפּרייט מאָרא? און עטיק, אז דער מענש דארף זיך אויפפירן מיט יושר, ניט אונטערדריקן דעם צווייטן. פון דער דאַ- זיקער אלטער אביונים סעקטע עענע! ארויסגעקומען די נביאים שמואל, אליהו, ישעיה, ירמיה און אלע אנדערע נביאים, װואָס זענען כסדר ארויסנעטרעטן שטרא- פן די נבירים, די ווערטער פון ירמיה הנ" ביא קאַפּיט? 7 .הללו ה' כי הציל אֶת נפש אביון מיד מרעים'' (לויבּט נאָט, וויי? ער האָט מצי? געווען דעם אביון פון שלעכ- טע מענשן) און די ווערטער פון צפניה הנביא ,והשארתי בקרבך עם עני ורל" (,,איך װועל איבּערלאָזן בּיי דיר אן ארים פאָלק'') און אויך די קאפּיטלעך אין תה- לים ל?ה' הארץ ומלואה (.-צו גאָט געהערט די וועלט''), זאָלן אַלְץ זיין די אידייען פון יענער אלטער אביונים סעקטע. נאָכן חורבן פון ערשטן בית המקדש זאלג די דאָזיקע אביונים זיך האָבּן אינגאנצן אִמּ- געזונדערט און זיי האַבּן זיך געהאָט זייע- רע אידעאלן פון אָרימקײיט; שפּורן פון זיי געפינען סיר אויך אין דער מכילתא פּרשת וישלח, וואו עס ווערט געזאַנט, אז ווער עס האָט היינט צום עסן ברויט און ער זאָרגט אויף מאַרגן איז ער פון די
51 אבי 38
,מחוסרי אמונה'' (,נישט גלויבּיקע'"). נאַכדעם װוי גרעץ האָט אויפגעבּויט זיין דאַזיקע טעאָריע ווענן די אלטע ,אבין- נים'' האָט אַ צווייטער יידישער געלערנ- טער איזידאָר לעב אָנגעשריבּן אן ארטיקל אויף פראנצויזיש ;די ליטעראטור פון די אביונים'' און צונויפנענומען אלע ערטער פון תנ''ד, וואו עס ווערט גערעדט ועגן עני און אביון און עס ווערט געלערנט גע- רעכטיקייט צום אַרימאַן.
אבי נאָמען פון א סך אמוראים אין דער נמרא. דאָ וועלן מיר געבּן די בּאַשרײבּונג פון איינעם פון זיי, אבּיי, וועלכער איז געווען פון די נרעסטע אמוראים, און זיי- נע הלכות און אנדה-ווערטער זענען צע- װאָרפן איבּער דעם נאנצן תלמוד. ער האָט געלעבּט אין בבל אין פערטן דור פון די אמוראים, אין סוף פון 8-טן און אַנהויבּ פון 74טן יארהונדערט. זיין פאָטער האָט געהייסן , כיילי??!!, און ער איז געשטאַרבן איידער אבּיי איז נגעבּוירן געװאָרן, אויך זיין מוטער איז געשטאָרבּן בּאלד נאַכדעס וי אַבּיי איז געבּוירן געװאָרן, און ער אין אלס קינד געבליבּן א יתום, און ערצוינן געװואָרן בּיי זיין פעטער דעם אמורא רבה בֹּר נחמני. עס ווערט איכבּערגעגעבן, או דער ריכטיקער נאָמען פון אבּיי איז געווען נחמני; נאָר ווייל זיין פעטער רבה האָט אים נישט נגעוואלט רופן מיט רבהס פאַ- טערם נאָמען, וועלכער האָט אויך געהיי- סן נחמני, דעריבּער האָט ער איס גערופן אבּיי"/, װאָס זאָל זיין דער טייטש ,,מייז פאָטער"". טיילמאָל וװוערט אבּיי גערופן אין דער גמרא אויך נחמני. אבּיי האָט נע- לערנט תורה נישט נאָר בַּיי זיין פעטער רבה בר נחמני, נאָר אויך בַּיים צווייטן גרויסן אמורא אין יענעם דור, רב יוסף, דעם ראש ישיבה אין פּומגדיתא. נאכ וז טויט פון רב יוסף איז אביי אויסגעוויילט געװאָרן אויף זיין אָרט צו זיין דער ראש- ישיבה אין פּומכּדיתא, וואָס אין געווען
דאמאָלט איינע פון די העכסטע רעליניע- זע שטעלונגען אין דער יידישער ועלט. אין זיין שיטה אין לערנען האָט אבּיי ארויסגעוויזן גרויס חריפות און זיינע חב- רים האָבּן אים גערופן (יבמות ע''ח) ,קר- קפנא//, דאָס הייסט ,נוטער קאָפּ''. אביו איז געווען איינער פון די הויפּט-אמוראים אין בּב? און זיינע הלכות זענען פון די וויכטיקסטע טיילן פון תלמוד בּבלי. אין דער נמרא (בּבא מציעא כ'"ב) ווערט גע- זאנט, אן אין אלע פראנן, אין וועלבע אבּיי איז געווען מחולק מיט זיין חבר רבא, איז די הלכח װוי רבא, מיטן אויסנאם פון 6 פֿראַנן, װאָס זענען בּאַקאַנט מיט די ראשי-תיבות ,יע''ל קנ''ם'' (,יאוש שלא מדעת'', עד זומם'', לחי העומד מאילין?, ,קדושין שאין מסורין לביאה', ;נילוי דעתא בגיטא', ,מומר אוכ? נבלות לה" כעיס''), וואו די הלכה בלייבּט װי אביי. אבּיי האָט זיך געפירט אין פּריוואטן לעבּן זייער בּאשיידן. ער האָט, װי די גמרא דערציילט אין חולין סל'ג, קיינמאָל ניט געוואלט נעמען קיין מתנות פון מענשו, זיין שפּריךזואָרט איז געווען (ברכות י"1), אז א מענש דארף ענטפערן שטיל נישט זיין אין כעס, לעבן אין שלום מיט מענשן, אפילו מיט ניטטיידן. אין דער נמרא יומא פ'"ו טייטשט ער דעם פּסוק ,ואהבת את ה' אלהיך'' (,דו זאָלסט ליב האָבּן גאָט'"), אז ,, שיהא שם שמים מת- אהב על ידיך'' (,גאָטס נאָמען זאָל בֹאַ- ליבּט ווערן דורך דיר''), דאָס הייסט, אן איינער אין א פרומער ייד און א תלמיד חכם, זאָל ער לֶעבּן מיט מענשן ערלעך אוז אין שלום, וועלן מענשן דערפאר בענשן די תורה. אבּיי אין ארױיסגעטראָטן קעגן די תלמידי חכמים, װאָס האַלטן, אז מען דארף נאָר זיצן און לערנען און נישט זאָרגן זיך וועגן פּרנסח, און ער זאָנט (בר- כות ?'"ה) אז מען דארף זיך פארנעמען מיט ,תורה עם דרך-ארץ, לערנען צוזא-
39 אבימלךר
מען מיט ארבּייטן אויף צו פארדינען פּך- נסה.. די גמרא נטין מ'"ה דערציילט, אז אויך די ניט-יידן האָבּן אים זייער נע- שעצט פאר זיינע גוטע מידות. ווען ער איז געשטאָרבּן, איז דער טרויער געווען אזוי גרויס, אז די גמרא אין מועד קטן כ'"ה דערציילט אַז ,נשיק כיפי דדנלת אחדדי'" (,,די זיילן פון דער בּריק איכּער דעם טייך חדק? האַבּן זיך צובּראַכן אוז דער- נענטערט איינער צום צווייטן').
אבימלך אין תנ"ד געפינען מיר עט-
לעכע מאָל דעם נאָמען אבימלך, װאָס דער טייטש איז ,דער פאַטער פון קעניג" (,,אבי-מלך''). אין אלע ערטער, וואו עס ווערט דערמאַנט דער דאָזיקער נאָמען, האנדלט זיך עס וענן פּערזאַנען, װאָס זענען געווען מלכים. צוויי מאָל װערט דערמאַנט אין חומש בראשית -- אבימלך, וועלכער איז געווען דער מלך פון גרר בּיי די פּלַשתים. אזוי ווערט דערציילט אין חומש בראשית כ' װי אזוי אבימלך דער קעניג פון גרר האָט געװאַלט צונעמען שרהן דאָס ווייבּ פון אברהם אבינו. דאָס צווייטע מאָל ווערט דאָס זעלכּע הדערציילט מיט אבימלך דעם מלך פון גרר און יצחק אֶבינו. עס ווערט דאָרט אויך דערציילט, אַז צװווישן יצחק אבינו און אבימלד איז נעשלאָסן געװאָרן א כריתות ברית. עס זע- נען דעריבּער פאראן טייל געלרנטע, וואס מיינען, אז דער נאַמען ,אבימלך'' אין בּיי די פּלשתים געווען ניט א פריוואט- נאָמען, נאָר יעדער קענינ זייערער האָט אזוי נעהייסן, פּונקט װוי אין מצרים האָט יעדער קעניג געהייסן פּרעה. די דאָזיקע געלערנטע בּריינגען דערצו אלס באווייז דאָס, װאָס אין תהלים ל''ד נעפינען מיר ,לדוד בשנותו את טעמו לפני אבימלך" (מזמור תהלים, װאָס דוד האָט געזונגען, ווען ער האָט זיך משוגע נעמאַכט פאר אבימלך'ז), אין דער צייט, װאָס אין פפר שמואל א' קאַמיט? כ'"א ווערט גאָר דער-
40
ציילט, אַז דוד האָט זיר געמאַכט משונע ווען ער איז געווען בּיים קעניג פון די פּלִשתים אכיש מלך נת. דערפון זאָל זיין געדרונגען, אז מיטן נאָמען אבימקר האָט מען אָנגערופֿן יעדן קעניג בּיי די פּלשתים. עס איז צו בּאמערקן, אז אויף פארשידענע שריפט-טאָוולען, װאָס מען האָט לעצטנס געפונען אין אמאָליקן לאנד אשור און אויך אויף די בארימטע טאַװולען-שריפטן, װאָס מען האָט געפונען אין טעל-אַמאַרנאַ, געפינט מען אויך דעם נאָמען ,אבּי-מיל-
בי'.
אבימלך דער זון פון נדעון, ערשטער מלך בּיי יידן, אין ספר שופטים קאַפּיטל ט' ווערט דערציילט, אז אין די צייטן, ווען די יידן האָבּן שוין געוואוינט אין ארץי ישראל, נאָר זיי האָבּן נאָך נישט געהאַט קיין מלך איבּער זיך, און עס האָבּן גע- הערשט איבּער זיי שופטים, איז איינער פון די שופטים געווען אבימלך דער זון פון דעם שופט נדעון. דאָרם ווערט דער- ציילט, אז נדעון האָט געהאָט 10 זין, און אבימלך איז גיווען זיין זון פון א פּלגש (א קעבסחוייבּ), און מיט דער הילף פון די איינוואוינער פון שכם איז אבימלרן געלונגען צו דערמאָרדן אלע זיינע בּרידער א חוץ איינעם, יותם, יועלכער איז אַנט- לאָפן. נאַכער אין אבימלך געװוען דער הערשער. פון דעם אויסדרוק אין שופטים ט' פּסוק ו' ,וילכו וימליכו את אבימלד כמלך'' (,און זיי זענען געגאנגען און האַ- בן ערקלערט אבימלך אלס מלך',) אין צו זען, אז דאָס איז געווען די ערשטע פּראָבּע בּיי יידן איינצופירן א מלך, ווא- דים בּיי די אַלֶע אַנדערע שופטים געפינען מיר נישט דאָס װאָרט ,וימליכו'" און אויך נישט דעם אויסדרוק מלך. ווייטער ווערט דערציילט װוי די איינוואוינער פון שכם האָבן זיך צעסריגט מיט אבימלד, יִוי ער האָט קענן זיי געפירט מלחמה און פיל פון זֵיי געטויט, נאָר איינמאָל, בּיים באלאגער:
41 אביגו מלכגר--אביגד שבשמיס 42
די שטאָט תבץ און דעם טורם, װאָס אין דאָרט געווען, האָט א פרוי געװאָרפן אויף אים פון טורם-דאך א מיהל-שטיין און אים נעטויט. דערמיט האָט זיך געענדיקט די הערשאַפט פון אבימלך. און נאָך אים זענען שוין ווייטער געווען געוויינלעכע שופטים, -
אָבינן מלכנו (דער טייטש איז ,,אונ- זער פאָטער, אונזער קעניג', דאָס מיינט גאָט). איינע פון די עלטעסטע תפלות. דאָס זענען קורצע תפלות, געװוענדעט צו גאָט דעם פאָטער און קעניג. זיי הויבּן זיר אָן מיט דער ערשטער וידוי תפלה: , אבינו מלכנו, חטאנו לפניך'' (אונזער פאַטער און קעניג מיר האָבּן געזינדיקט פאר דיר) און דערנאָך גייען בקשות צו גאָט, אז ער זאָל אראָפּנעמען אלע נזרות און זאָל רח" מנות האָבּן און העלפן. אין די תפלות פון אבינו מלכנו װוערן אויך דערמאַנט דַי קדו" שים, וָואס זענען אומנעקומען אויף קידוש השם, און עס ווערט געבעטן נאָט, אז ער זאָל העלפן אין זייער זכות. די דאָזיקע ,אבינו מלכנו' -תפלות האָבּן מיר איצט פיר און פערציק, --די תפלה ,,אבינו מל- כנו'" ווערט שוין דערמאַנט אין דער נמרא תענית כ',ה, וואו עס ווערט דערציילט, אז איינמאָל אין נישט גענאנגען קיין רעגן, האָט דער תנא רבּי עקיבא מתפל? געווען פארן עמוד און אָננגעהויבּן זאָנן , אבינו מלכנו'". צי רבּי עקיבא איז געווען דער מחנר פֿון דער תפלה אָדער זי האָט שוין עקזיסטירט פון פריערדיקע צייטן, אין שווער צום זאָגן. אין אֶנהוֹיבּ איז די תפלה כּאשטאנען פון העכסטנס 9 אזעלכע אבו- נו מלכנו'ס, נאָר מיט יעדן דור האָט מען צוגעגעבּן נאָך א חרוז (א פערז), בּיז שפּע- טער, װווי עס וֶוערט דערציילט אין טור אורח חיים סימן תר'"ב, האָט רב עמרם גאון שוין געהאט 99 אבינו מלכנו'ס, וועל- כע זענען געווען צונויפגעשטעלט לט דעם אלף-בית. אין די מחזורים פון נוסח
אשכנז (װאָס ווערט נגעדאוונט אין פּױלן,
ליטא און אנדערע אַשכנזישע קהלות), איז פאראן 44. אין די פפרדישע מחזורים איז נאָר פאַראַן 28, און אין דעם מחזור סאַלאַניקי אין פאראן 99. אבינו מלכנו ווערט געזאָגט ראש השנה און יום כפּור און אויך די נאנצע עשרת ימי תשובה און תעניתים. בּיי אבינו מלכנו עפנט מען אויף דעם ארון קודש, װאָס דאָס יוייזט, אז מען האַלט עס פאר זייער א וויכטיקער תפלה.
אבינו שבשמים (אונזער פאטער איז הימ?). דאָס איז אן אויסדרוק, מיט װעל- כען עס ווערט אָנגערופן גאָט אין דער אל" טער תלמודישער ליטעראַטור, אין משנה, גמרא, מדרש, און דערפון איז אריין דאָס װאָרט אויך אין דאוונען: ,,אבינו שבשמים עשה עמנו צדקהח וחסד'' (,אונזער פאָטער אין הימל, טו מיט אונז חסד''). אייגנט- לעך וװערט שוין אין תנ"ך געזאָגט וועגן גאָט, אז ער איז אונזער פאָטער, און אין ישעיה ס2 ווערט געזאַנט ,כי אתה אבינו'" (דו ביזט אונזער פאָטער). אין דער משנה יומא פּרק ח' זאָנט דער תנא רבּי עקיבא: ,,וואוי? אין צו אייך יידן, איר ווערט גערייניקט דורך ,אביכם שבש- מים'' (,אייער פאָטער אין היםמ?''), אין דער משנה סוטח פּרק ט' זאָגט דער תנא רבי פּנחס בּן יאיר, אז זינט דאָס בית המקדש איז חרוב געװאָרן, איז דאָס אומ- נליק געװואָרן גרויס און מיר האָבּן זיך אָנ" צולענען נאָר על אבינו שבשמים'' (אויף אונזער פאָטער אין הימ?). דער דאָזיקער אויסדרוק ,פאָטער אין הימל'' אלס נאָמען פון גאָט, איז נאַכער אַנגענומען געװאָרן דורך דער קריסטלעכער רעליגיע, און עס איז געװאָרן דער אַנהױבּ פון דעם קורצן געבּעט, װאָס ווערט געזאַנט דוהך אלע קריסטן און אין בּאקאַנט אױף לאַטיין אַלֵם ,פּאַטער נאָסטער'" (אונדזער מא- טער).
43 אביטג---אבל 44
אבישג נאָמען פון א יידיש מייד? אין ארץדישראל אין די צייטן פון דוד המלך. אין ספר מלכים א' ווערט דערציילט, אז אבישג אין געווען די בּאדינערין פון דוד המלך, און צוליבּ איר האָט שלמה המלר געהייסן טויטן זיין בּרודער אדניהן.
אבישׂי איינער פון די ,ראשי הגבורים"" (,,פֿירער פון העלדן'') ביי דוד המלך. אֵין ספר שמואל ב' קאַפּיט? כ''א ווערט דער- ציילט, אז אבישי האָט געראטעוועס רוד המלך פון טויט אין דער מלחמה מיט די פּלשתים. אבישי איז געווען דער בּרודער פוּן צווייטן גבור יואב, און זיי זענען ביי- דע געווען די זין פון צרויה, דער שוועס- טער פון דוד המלך. אין ספר שמואל ווערט דערציילט ועגן א גאַנצע ריי מל- חמות, וועלכע אבישי האָט געואונען, אַנפירנדיק מיטן מיליטער פון די יידן.
אביתר זון פון אחימלד. אַביתר איז אין די צייטן פון דור המלך געווען דער כהן. אין ספר מלכים א' ווערט דערציילט, אַז נאָכן טויט פון דוד המלד ווען עס איז פאָרגעקומען דער קאַמף ווער עס זאָל זיין דער מלך אין ירושלים, שלמה צי אדניה, האָט אביתר געהאַלטן מיט ארניה, דעריבער האָט אים שלמה המלד פארטרו- בּן פון ירושלים, און אים געהייסן זיך בֹּא- זעצן אין ענתות. אויף זיין אָרט אין גע- װואָרן כהן, צדוק. פון דאמאָלט אָן האָט זיך אָנגעהױיבּן די כהנים-דינאסטיע ,בני צדוק'', װאָס האָט געשפּילט אזא גרויסע ראָל אין דער יידישער געשיכטע
אביתר הכהן בּן אליהו (גאון). לעצי טער ,נאון'' אין דער ישיבה אין ארץייש- רא? אין די צייטן פון די ,נאונים', אין דער צווייטער העלפט פון 11-טן יארהונ- דערט. אין זיין צייט איז פאָרגעקומען א גרויסער סכסוך צווישן רבּי אביתר נאון און א צווייטן גאון דוד, וועלכער האָט זיך בּאזעצט אין מצרים. וועגן דעם דאָזיקן
סכסוך האָט מען געפונען אין קאַירא אין דער ,נניזה'' א ספּעציעלע ,מנילת אבו- תר'', וואס ניט אונז ויכטיקע ידיעות וועגן דער געשיכטע פון די יידן אין ארץ- ישראל אין יענע אלטע צייטן. אין די ציי- טן פון רבּי אביתר נאון האָט זיך אַננע- הױיבּן צווישן די יידן אַ משיח-באיועגונג און רבּי אביתר האָט געשריבן אַ בריוו וועגן דעם.
אבל, אבלות (איינער, װאָס טרויערט נאָך א טױטן,) דער מנהג צו טרויערן נאָך אַ נאָנטן קרוב, װואָס אִיז געשטאַָרבּן אין פאראן בַּיי יידן זינט אלטע צייטן. אין חומש (בראשית כ'נ) געפינען מיר, אז ווען שרה איז געשטאָרבּן ,ויבא אברהם לספּוד לשרח ולבכותה'', איז געקומען אב- רהם, איר מאַן, צו בּאוויינען און צו בּא- קלאַנן איר. מיר געפינען אויך אין תנ"ד אין אַ סדך ערטער, אַז מען האָט געפלעגט טרויערן, אויבּ עס איז געשטאַרבּן א פאַ- טער, א מוטער, קינדער, א מאן, א פרוי. -- װוי לאנג פלענן דויערן די דאָזיקע טרויער-טעג? אין חומש בראשית נ' גע- פינען מיר וועגן יוסף, אז ווען יעקב אבי- נו איז נעשטאָרבּן, ,ויעש לאָביו אבל שבעת ימים', און ער האָט אייננעאָרדנט א טרויער פון 7 טענ. ווידער ווען משה רבנו איז געשטאַרבּן, ווערט דערציילט אין חומש דבדים ל''ד ,ויבכו בני ישראל את משה שלשים יוֹם ויתמו ימי בכי אבל משה'', אז די יידן האָבּן אים בּאװויינט דרייסיק טעג, און דערמיט האָבן זיך גע- ענדיקט די טרויער טעג נאָך משהן. דער" פון שאַמט דער מנהג, וװואָס די ערשטע 7 טעג, , שבעה'/, איז דער טרויער גרע- סער, און דערנאָך בּיז צום סוף פוז די ער- שטע דרייסיק טעג, ,שלשים, איז שוין דער טרויער א קלענערער. דערנאָרך דוי" ערט שאָך אַבּיס? דער טרויער יז אַ גאַנץ יאר, -- װי אזוי פלענט מען זיר נוהג זיין אין די טרויער טעג? אויך דאַ
45 אבל רבתי 40
זענען געווען פארשיידענע מנהגים אין די פארשיידענע צייטן פון דער יידשער גע- שיכטע. אין תנ'"ך שמואל ב' י''ד ווערט דערמאַנט, אז דער אָבל? פלענט זיך אָנ- טאָן אין ספּעציעלע טהויער-קליידער, ,בנדיזאב?"". אין פּסוק הושע ט' ווערט דערמאָנט דער אויסדרוק ,לחם אונים", ;/טרויער ברויט'', װאָס דער אבל פלעגט עסן אין צייט פון טרויער. פון דער גמרא שבּת קי''ד איז צו זען, אז אן אב? פלענט |טראָגן שווארצע קליידער. אויך הער מנה: צו רייסן קריעה אלס צייכן פון אַבלות געפינען מיר שוין אין חומש בּיי יעקב אבינו (בּראשית ?''ז), ווען מען איז אים נעקומען זאָנן, אז זיין זון יוסף איז אומ- געקומען דורך א חיה רעה, ,ויקרע יעקב שמלותיו'' (,,און יעקב האָט צוריסן זיינע קליידער''). אויך דער מנהג צו זעצן זיר אויף דער ערד איז פאראן אין תנ"ר ביי דוד המלך (שמואל ב' י'"ב), ווען זיין קינד איז געשטאָרבּן. -- היינט אין דער מנהג אַבלות, אז אן אבל זיצט אויף א נידריק ביינקעלע, טראָגט נישט די שיר און גייט נישט ארויס פון שטוב די זיבּן טענ, װאָס ווערט אָנגערופן , זיצן שבעה''. אין די שלשים איז דער טרויער קלענער, און די איבּעריקע 11 חדשים פון יאר אין עס נאָך קלענער. דער הויפּט-צײיכן פון אבלות אין משך פון לערך אַ יאָר, און אויך אין די ווייטערדיקע יארן יעדן יארצייט, אין דאָס זאָגן קדיש. וועגן ,קדיש'' און , יאר- צייט'! און די מנהנים און לעגענדעס, וואס זענען דערמיט פארבונדן, זע בּיי די ווער- טער ,יארצייט!' און ,קדַישׁ". אויבּ עס שטאַרבּט אן אננעזעענער מענש, איז פון שטענדיק אָן געווען א מנהג, אן מען האָט געהאַלטן אויך א הספּד, און עס אין געווען אין די אלטע צייטן אין יעדער שטאָט א ספּעציעלער אָרט, וואו דער הס- פֵּד איז געהאַלטן געװאָרן, און דאָס האָט געהייסן ,מקום ההספּד'', אָדער ,,בית הס-
פּד'"' (כתובות פּ"ד). -- איינער פון די מנהנים, וואס איז נגעבליבּן פון די אלטע צייטן, אין ,, מנחם אבלזיין, טרייסטן דעם אבל?., אין דער נמרא כתובות ח' ווערט געזאַנט, אז בּיים מנחם:אב? זיין פלענט מען איינאָרדנען פאר די אבלים א סעודה (וװאָס האָט נעהייסן די ,סעודת הבראה'') און מען פלענט טרינקן וויין. עס איז אָנגענומען, אן אין די ערשטע דריי טעג זאָל מען נישט גיין מנחם-אבפסזיין, וויי? דאמאָלט איז דער אבל אין א צו שטאַרקן טרויער, און מען קאָן אים נאך נישט זאָנן סיין טרייסטווערטער. אין דער צייט פון שבעה לערנט דער אבל נאָר טרויעריקע פפרים, וי איוב, מדרש איכה וכדומה. עס איז צו באמערקן, אז אין ספר , שאַלות ותשובות הריב'"ש סימן קנ'"ח (דער מחבר האָט געלעבּט אין דער צווייטער העלפֿט פון 14טן יארהונדערט) ווערט געבראכט, אז נאָך דאמאָלט האט געהערשט דער אלטער מנהג פון דער גמדא צו נעמען ספּעציעלע פרויען קלאַנערנ=, װאָס האָבּן געקלאפּט מיט דער פּױיק און געװועקט דעם עולם צו טרויער. דער דאָי זיקער מנהג עקזיסטירט נאָך היינט ביי אַ טייל יידישע קהלות אין צפון-אפריקא. אין שולחן-ערוד יורה-דעה איז פאראן די ספּעציעלע הלכות אבלות, וואו עס ווערן אָנגעגעכן די אלע דינים, װאָס אן אִב5 איז מחויב צו האלטן, בנונע וואשן, פּוצן זיד, שערן, ארבייטן, וועגן טרויער אום שבת און יום טוב און אלע אנדערע הל- כות און דינים,
אבל רבהתי נאַמען פון א קלפיינער מסכתא אין דער נמרא, און זי הייסט ,אב? רבתי!/, וויי? דאָרט ווערן באהאן-
דעלט אלע ענינים, װואָס האָבּן א שייכות
מיט טרויער (אב?). די דאָזיקע מסכתא טראַנט אויך דעם נאָמען , מסכתא שמ- חות'' (,די מסכתא פון פרייד''), דאָס איז ווייל עס איז געווען אזא מנהנ נישט
4 אָנצורופן א זאך מיט א טרויער נאַמען צוליבּ ,אל תפתח פֹּה ?שטן' (,זאָלסט נישט געבּן דעם שטן קיין שלעכטן אויס- רייד'') און מען האָט דעריבּער נגעשריבן דעם פֿארקערטן נאָמען פון ,טרויער', נעמליך, שמחות, פרייד. אין ,אבל רבתי" זענען פאראן א סך זאכן, װאָס זענען צו" געגעבן געװאָרן אין א סך שפּעטערדיקע צייטן, זאָנאר פון די צייטן פון די נַאונים. די בּאדייטונג פון דער דאָזיקער מסכתא איז זייער גרויס; זי גיט אונז זייער וויב- טיקע ידיעות וועגן די יידישע.מנהגים אין די אלטע צייטן. -- א חוץ דער ,אבל רב- תי'' איז אויך געווען א מסכתא, וואס האָט געהייסן ,,אבל זוטרתי'' (,די קליי- נע מסכתא אב?''), א לאננע צייט איז די דאָזיקע נמרא געווען אין כתב-יד, און מען האָט געוואוסט וועגן איר נאָר דערפון, וואס די אלטע מפרשים האָבן געבראכט פון איר מאַמרים. ערשט אין די לעצטע צייטן (פראנספורט יאר תרמ"ט) האָט איר ארויסגענעבן לויט דעם כתבייד פון פּאַרמאַ און פון וואטיקאַן דער געלערנטער
חיים מאיר הורוויץ.
אבלי ציון (,ואָס טרויערן נאָך ציון""). אין די אלטע צייטן האָט עקזיפטירט אין ירושלים א יירישע סעסטע מיטן נאָמען ;אבלי ציון'", מענשן, וואָס טרוערן אויפן חורבּן פון ציון; זיי זענען געווען שטענדיק אין טרויער און האָבּן מתפּל? געווען, אז עס זאָל קומען די גאולה. ווען די דאָזיקע סעקטע איז אנטשטאַנען, איז שווער צו זאָנן. שוין אין דער גמרא כּבא בתרא דף ס' ווערט דערציילט, אז בּאלד נאַכדעם, וי דאָס בית המקדש איז חרוב געוואר!, האַבּן זיך געפונען יידן, װאָס האָבן אלס צייכן פון טרויער אויפנעהערט צו טרינ- קען ווייז, עסן פלייש, אָבּער דער תנא רבֵּי יהושע בּן חנניה האָט זיי דערקלערט, אַז אזוי ווייט טרויערן דארף מען נישט, ווייל דאָס אין א זאך ,שאין רוב הציבור יכולין
אבלי ציון
4
489
לעמוד בה''. כאָטש דאָרט ווערט נישט דערמאַנט דער נאָמען ,אבלי ציון'' איז אָבּער זיכער, אז אין די צייטן פון דער נמרא זענען נעווען די אבלי ציון, און עס איז פאראן א מיינונג, אז די , טרויערנדע אויף ציון'' האָבּן זיך בּאשעפטיקט מיט
דער געהיימער קבלה-לערע שוין אין יע"
נע צייטן. אין דער ,,פּסיקתא רבתי'', ווע- מענס מחבּר האָט געלעבּט א סך שמּעטער (אין דער ערשטער העלפט פון 9טן יאר- הונדערט) ווערט געזאָגט ועגן די אבלי ציון, אז טאָג טענלעך בעטן זיי אויף דער נאולה. עס ווייזט אויס, אז די אבלי ציון, װאָס זענען געזעסן אין ירושלים, האָבּן געלעבּט אין נרויס נויט, און זיי פלענן בּא- קומען נדבות פון די יידן אין אנדערע לענדער. אין ספר ,יוחסין'' פון רבּי אחי- מעץ ווערט דערציילט, אז אין 10טן יאר- הונדערט האָט מען בּיי די עליות אין שול מנדב געווען נדבות פאר די , אבלי ההיכ?'', דאָס הייסט, די וואס טרויערן אויפן בית המקדש. פון יענע צייטן שטאַמט עס, וואס אין דער תפלה אין שמנה עשרה, װאָס מען זאָנט היינט יעדן תשעה באב, אין אנחם', ווערן דערמאַנט די ,,אבלי ציון'" און אבלי ירושליִם. אין די שפּעטערדיקע צייטן נעפינען מיר, אן עס זענען נעווען אבלי ציון נישט נאַר אין ירושלים, נאָר אויך אין אַנדערע לענ- דער, אזוי דערציילט דער בארימטער ריי- זנדער רבּי בּנימין (אין דער צוייטער
-העלפט פֿון 19טן יארהונדערט) אין זיין | ספר ,, מסעות'' אז אין דייטשלאנר זענען
געווען יידז, װאָס האָבּן געטרויעדט אויפן חורבּן ירושלים, זיי האָבּן געטראָגן שוואר" צע קליידער אלס צייכן פון טרויער. וועגן די יידן פון תימז שרייבּט דער זעלבער רבּי בּנימין, אז עס זענען פאראן צוויש' זיי ,,פּרושי הדור הם אבלי ציון ואבו ירושלים'' (,,די אָפּנעשײדטע, װאָס טרוי- ערן אויף ציון אוז ירושלים''), װאָס עסן
49 אבן---אבן אביתור 00
נישט קיין פלייש און טרינקן נישט קיין וויין, טראָגן שווארצע קליידער, און פאס"י טז שטענדיק, חוץ שבת און יום טוב, און זענען מתפּל7, אז נאָט זאָל אויסלייזן די יידן,. - עס איז צו פאַרצייכנען, אַז די דאָזיקע ביינקשאַפט נאָך ארין ישרא? און דער טרויער נאָכן חורבּן האָט אויך ארומ- גענומען די יידישע סעקטע קאַראאימער (,,קראים''), וואס האָבּז אנערקענט נאָר די תורה שבכתב, און נישט דעם תלמוד. פון די דאָזיקע קאַראַאימער האָבן זיך א קך בּאזעצט אין ירושלים אין 9-טן יאך- הונדערט, און האָבּן זיך א נאַמען נענעבן ,אבלי ציון!', זיי האָבּן נישט געגעסן קיין מלייש און נישט געטרונקען קייז ווייז, ניט געפרייט זיך מיט קֵיין שמחה, נאָר שטענ- דיק ארומגעגאַנגען אין טרויער. די געלרן" טע יאסט און צונץ האָבּן דעריבּער גע- מיינט, אז די ,;אבלי ציון" איז געווען א רייזזקאַראַאימישע סעקטע, אָבּער די שפּע- טערדיקע געלרנטע האַבּן בּאוויזן, אז די דאזיקע מיינונג איז נישט קיין ריבטיקע.
אבן דאָס איז אן אראבּיש װאָרט, און איז נעווען א טייל פון די נעמען פון א סך אלטע יידישע חכמים, דבנים, פילאנ- טראָפּן, װוי למשל, ,אבן עזרא'' און אנ- דערע. דאָס װואָרט אבּן איז אין אראבּיש דער טייטש ,זון'", אָבּער עס איז בּאַנוצט געװאָרן אין דער בּאדייטונג װוי אין דער דייטשער שפּראך ,פּאָן'', דאָס הייסט פון דער און דער פאמיליע. למשל, ,אבן עז" רא'' האָט געהייס! פון דער משפּחה עזרא ;אבן תבון'' האָט געהייסן פון דער מש- פּחת תבון. אין דער יידישער פאַלקס- שפּראך, זאָגאר צווישן לומדים האָט מען ראָס דאָזיקע ואָרט נישט געלעון אלס ,איבּן'', נאָר וי ,עווען'', און יידן זאָגן נישט איבּן עזרא' נאַר ,אבן עזרא" (,עוועזדעזרא''). טייל שפּעטערדיקע יידו- שע געלרנטע האַבּן פון ,אבן" געמאכט פשוט ,בּן'', און אנשטאָט למשל, ,רבי
שלמה אבן נבירו?'/, פלענט מען אױיד שרייבּן ,רבי שלמה בּן נבירול". א סד שפּעטערדיקע יידישע פאמיליעס האָבּן פוז דעם װאָרט ,אב" און זייער פאמי?- יע-נאַמען געמאַכט איין װאָרט, װוי למשל פון פאמיליע-נאַמען ,אבּן דנה'" (אִיבּן- דאנע) איז געװאָרן ;אבּענדאנע". דאָס װאָרט ,, אבּן'" פלענט אויך געשריבּז ווערן אין פארקירצונג מיט א לאנגער נון אין דער הויך א שטרייכעלע, אין דער פאָל- ננדער פאָרם ,ן".--אַלטע יידישע נרויסע פּערזענלעכקייטן, וואָס זייערע פאמיליע נעמען הויבּן זיך אָן מיטן יאבּן'' זענען געווען א סד. מיר וועלן נעבן נאָר די וויב" טיקסטע פון זיי אין גאנץ באזונדערע שטיך-ווערטער. אָבּער נים אלע וועלן מיר נעבּן אונטער דעם װאָרט ,אבּן'", ווייל א סך פוז זיי זענען גיכער בּאקאנט מיט זייער אייגענטלעכן פאמיליענאָמעןן; װוי למשל?ל דעם דערמאַנטן ,רבּי שלמה בּן נבירול, וועלן מיר געבן ביי ;נבירול", אָדער ביי זייער פאָרנאַמען, װי למש? ,רבּי אברהם אבּן דאוד'' (דער ראב''ד) ועלן מיר געבּז בּיי אברהם, דאקעגן די, װאָס זענען אין פאלק בּאקאנט מיט דעם נאָ- מען ,,אבּן"", װי למשל דער , אבּזדעזרא", וועלן מיר געבן בּיים וװואָרט ,אבן עזרא'" און דאָס זעלבּע אויך בּיי אנדערע ,,אבן"- פאטיליעס.
אבּן אביתור, יוֹסף שרייבּער פוו פּיוטים, האָט געלעבּט אין שפּאניע אין דער שטאָט קאָרדאַװאָ אין ענדע פון 10- טן יארהונדערט. ער האָט אויך געהייסז ;;אבּן שטאַנש". רבּי יוסף איז געווען זייער אָנגעזען בַּיים קאַליף אין שפּאניע, פאר וועמען ער האָט איבּערזעצט די נמרא אויף אַראַבּיש (אין יענע צייטן האָבּן די אַראַבּער געהערשט אין שפּאניע). ער איז געשטאַרבּן אין דמשק לעהך דעם יאר 8. פֿון אביתור'ס ספרים, וואס ער האָט מחבר געווען, איז נאָרנישט נעבּליבן. עס
!| 81 אבן בלעם---אבן סנה !2
זענען נעבליבּן פון אים עטלעכע הונדערט פּיוטים, נעדרוקט אין פארשיידענע ספר- דישע מחזורים.
יאבּן בּלעם, יהורדה פאַרשער פון דער העבּרעאַישער שפּראך און סמפרש פון תנ''דך. ער האָט געלעבּט אין שפּאניע, איז סעווילא, אין דער צווייטער העלפט פון 2טן יארהונדערט. זיינע ספרים וענו דקדוק און פּירושים אויף תנ'"ך האָט ער געשריבן אלע אין דער אַראַבּישער שפּראַך, װאָס איז דאמאַלט נעווען די אומנאננס- שפּראך פֿון די יידן נישט נאָר אין שפּא- ניע נאָר אויך אין אפריקאַ, ארץזישראל און בּבל. א טייל פון זיינע ספרים זענען איבערגעזעצט געװאָרן אויף העבּרעאיש אין זיינע פאָרשונגעז בּאנוצט ער זיך אויך מִיט דער מעטאָדע פון פארגלייכן די אַראַ- בּישע שפּראך מיט דער העברעאישער.
אבן העור נאָמען פון דריטן טייל שולחן ערוך. אין דעם אבן"העזר ווערז בא" האַנדלט אלע דינים און הלכות, וואס האַ- בּן א שייכות מיט דעם יורידישן מאַן-און פרוי לעבּען: װוי קידושין, נטן. צום דאַָ- זיקן ספר זענען געשריבּן געװאָרן א סך פירושים און שאַלת-ותשובות-ספרים. זע ,,שולחן ערוך"" |
אֹבּן חיים די פּאַמיליע אבּזדחיים טרעפן מיר בּיי די ספרדישע יידן פון 15טן יאך- הונדערט אָן. די ערשטע ויכטיקע פּער" זענלעכקייט פון דער דאָזיקער פאמיליע איז געווען יוסף אבּן חיים, וועלכער האָט געלעבּט אין 195דטן יארהונדערט. ער אין איינער פון די עלטסטע יידישע קינסט- פער-מאַלער און צייכנער, וועמענס קינסט- לערישע ארבּייטו זענען דערגאנגען צו אוֹנז. אין דער בּאדלעיאנאַ+-בּיבּליאָטעק אין אָקספאָרד (ענגלאנד) איז פאראן אַ כתב-יד אויף פּאַרמעט, װאָס אַנטהאַלט /דעם תנ"ך און דעם דקדוקזספר מכלול פו! רבּי דוד קמחי (רד"ק). איף
יעדן בלאט זענען דאָרט פאראן שיינע קינסטלערישע צייכנוננען, די בּילדער פון קורח און זיינע אַנהעננער, דוד המלר, בלעם און אנדערע, אוֹן עס שטייט דאָרט אונטערגעשריבּן די ווערטער , אני יוסף אבּן חיים זה הספר ציירתי והשלמתי" (איך יוסף אבן חיים האָבּן דאָס דאָזיקע ספר נעצייכנט און פארענדיקט'). וועגן דעם מאַלער אבּן חיים שרייבּט ווישניצער אין זשורנא? ,, מילגרוים'' העפט 1 יאר 9 -- בארימט איז אויך דער רב רבּי אהרז אבּן חיים (דער ערשטער). אין סוף פון 16טן און אין אֶנהויבּ פון 17טן יאר- הונדערט. ער האָט נעשטאַמט פון מאַראַ- קאָ, נאַכּער איז ער געווען רב אַין ווענע- ציע. אַחוץ פֿאַרשידענע אַנדערע ספרים האָט ער אויך מִחבּר געוועז זיין בּארימטן פּירוש ,,קרבּן אהרן'' אויפן ספרא, װאָס איז שטאַרק אָננענומען אין דער לומדישער וועלט. | |
אבּן סנה שׂמואל, מפרש פון תנ"ד אין דרום פראנקרייך אין דער צווייטער העלפט פון 14-טן יארהונדערט. מען האָט אים אויך גערופן רבּי שמוא? צרצה, אָדער סרסה. ער האָט געשרִיבּן פּירושים צום חומש, און טייל רבּנים האָבּן נעוען אין זיינע ספרים אַפּיקורסות. זיין הויפּט-ספר איז ,,מקור חיים'' (געדרוסט אין מאַנטוא 9), וואָס איז איינענטלעך א פּירוש צום פּירוש פון אבן עזרא. דאָרט זאָגט ער ארויס זייער געוואנטע מיינונגען, צװוישן זיי, אז די וועלט איז נישט בּאשאפן נגעווארן דורך גאָט, נאָר זי איז אליין א קדמון'', דאָס הייסט, די וועלט עקזיסטירט פון אונענד- לעכע צייטן אָן. דער אבּן סנה שרייבּט אויך אין זיין ספר, אז ,,מי שאינו חוקר ומכיר, איננו מאַמין נם כן; מי שמכיר ומשכי? הוא מאַמין'' (,װוער עס פאַרשט נישט און דערקענט נישט, איז נישט קיין גלויבּיקער, ווער אָבּער עס דערקענט און פארשטייט, איז א נלויבּיקער'"'). עס
52 אבן עזרא 24
איז פאראן א לענענדע, אז דורך א מסירה צו דער רעגירונג, אז רבּי שמואל אבן סנח איז אן אפּיקורס און האלט, אז די וועלט איז א קדמון, האָט מען אים פאראור- טיילט צום טויט און פארברענט.
אבּן עזרא אברהם בּן מאיר (געבּוירן געװאָרן לערך 1099 -- געשטאָרבּן לערך -- 1167). גרויסער יידישער מפרש פון תנ'"ך, פילאָזאָף און דיינקער און דיכטער און אַסטראָנאָם און מאַטעמאַטיקער, װאָס איז בּאקאנט מיט דעם סתם נאָמען ,אבּן עזרא''. רבּי אברהם אבן עזרא, וועלכער ווערט פיל מאָל געבּראכט מיט דער ראשו- תיבות /,,ראב"ע;,, איז איינער פון די גרעסטע פּערזענלעכקייטן אין דער גאַן- צער יידישער געשיכטע, און ועגן זיין לעבּן און זיינע ספרים איז געשריבן גע- װואָרן זייער פיל. עס איז אָנגענומען, אַז
דער אבן עזרא אין געבּוירן געװאָרן אין
שפּאניע, אין דער שטאָט טאַלעדאַ אין יאר ד' אלפים תתנ'"ב (1099). וועגן זיי- נע יוגנט-יארן ווייסט מען כמעט גאָרניט. מעז נעמט אָן די מיינונג, אז ער האָט שוין יוננערהייט געשריבּן ספרים, וועלכע זע- נען צו אונז נישט אָנגעקומען, אָדער עס איז מעגליך, אז ער אליין האָט זיי שפּע- טער איבּערגעארבּייט און זיי אריינגענו- מען אין זיינע שפּעטערדיקע ספרים. אֲנ געהויבּעז זיין ארבּייט פון שרייבּן ספרים, מיט וועלכע ער איז געווען בארימט, האָט דער אבן עזרא נאַכדעם, וי ער האָט פאר- לאָזם זיין היימלאנד שפּאַניע. דאָס איז כּואָרגעקומען לערך דעם יאר תתצ"ח (1198), ווען רבּי אברהם אבך-עזרא איז שוין געוועז אן עלטערער מאַן, ביי 46 יאך. פארוואס ער האָט פארלאָזט שפאניע, איז אויך נישט קלאָר. ער אליין שרייבּט וועגן זיך פאַלגענדע ווערטער: ,ואני אברהם בר מאיר מאריץ מרחקים, הוציאתני מארץ ספרד חמת המצוקים'' (,איך אברהם ב}
מאיר פון ווייטן לאנד, האָט מיך פארטרו- '
בּן פוז שפּאניע דער צאָרן פון די בּאדרו" קער''). טייל געלערנטע וילן האָבּן, אז ער איז אַנטלאָפן פון שפּאניע, וויי? זיינע שונאים האָבּן אים געװאָלט טויטן. אן אנדער מיינונג איז פאראן, אַז אין יענע צייטן זענען פאַרגעקומען אויף די יידן און שפּאניע, וואו עס האָבּן דאמאַלט גע- הערשט די אראבּער, גרויסע פּאַגראַמען, א סך יידן זענען אומגעקומען, עס זענען חרוב געװאָרן שולן, פפרים זענען פאר- בּרענט געװאָרן, און פיל יידן זענען אנט- לאָפן, און צװוישן די אַנטלויפענדע זאָל אויך האָבּן געווען דער אבן עזרא. נאָב- דעם, װוי דער אבדעזרא האָט פארלאָזט שפּאַניע, האָט ער בּארייזט זייער פיל לענדער. ער איז געוועז אין פראנקרייך, צפוןדאפריקא, אין מצרים, און עס אוין פאראן מיינונגען, אז ער איז אויך געווע! אין ארץדישראל, בבל און זאָל האָבּן דער- גרייכט אזש קיין אינדיע. די דאַזיקע ריו" זעס האָבּן בּיי אים געדויערט צוויי יאר. ער האָט געוואנדערט פון אָרט צו אֶרֹט, כִּיז ער האָט זיך בּאזעצט אין רוים. דאַ האָט ער אָנגעשריבּן זיין ערשטן ספר, דעם פּירוש צו קהלת. לאנג איז דער אבן- עזרא אויך דארט נישט פארבליבּן; ער האָט נאַכער געוואנדערט אין פארשיירענע שטעט אין איטאַליע, דערנאָך אין דרום- פראנקרייך, נאַכער אין צפון-פראנקרייך, און ער האָט אומעטום געליטן נויט, הנם קומענדיק אין אַ שטאָט פון גרויסע לומדים און דענקער, װאָס זענען נע- ווע! מבינים אויף זיין גרויס געלערזאמ- קייט, האָט מען אים אָפּגענעבן פיל כבוד און נעשטיצט. דער אבזדעזרא האָט אזוי געוואנדערט אלֶע זיינע עלטערע יארן און איז געווען א געוויסע צייט אויך אין לאָנ- דאָן. ערשט וועז ער אין שוין אלט געװואָר 89 יאר, אין יאר תתקכ"ז (1167) האָט
ער בּאשלאָסן צוריקצופאָרן אין זיין אַמאַ
ליק היימלאנד, אין שפּאניע. אָבֹּער אויםן
58 | אגן עורא 96
וועג, אין דער שטאָט קאַלאַהאָרא אין שפּאניע איז ער געשטאָרבן, מאַנטאָג, אִדר ראשון תתקכ''ז. אויך וועגן דעם יאר פון זיין טויט און דער שטאָט, וואו ער איז געשטאַרבּן, זענשן פאראן פארשיידענע מיינונגען. לויט איין מיינונג אין ער גע- שטאָרבּן אין יאר תתסכ"ד. עס וערט דער ציילט, אז דער אבזהעזרא, פילנדיק, אז עס דערנענטערט זיך דער טויט, האָט געזאַגט אויף זיך אין פאראפראַזע דעם פּסוק פון חומש װעגן אברהם אבינן: ;ואברהם בּן חמש ושבעים שנה בצאםו מחרון העולם'' (,,און אברהם איז אלט געווען 75 יאר, ווען ער איז ארויסגעגאננעז פון צאָרן פוז דער וועלט''). דאָס איז גע- ווען אן אָנדייטונג אויף די פילע ליידן נויט און אומרו, וואס ער האָט געהאַט אויסצושטיין אין זיינע יונגע יאָרן. -- פאר דער יידישער וויסנשאפט האָבּן די וואנדערונגען פון אבהעזרא געהאַט א גרויסע בּאדייטונג, ווייל אין שמּאניע פלענן אלע יידישע חכמים פון יענער צייט שרייבּן זייערע ספרים אויף אַראַבּיש, און אויך דער אבז-עזרא, וועז ער װאָלט געווען געבליבּן אין שפּאניע, װאָלט ער זיינע פפרים געשריבּן אין דער אַראַבישער שפּראך, װאָס איז דאמאָלט געווען די אומגאננס-שפּראך פון די דאָרטיקע יידן. דאקעגן אין די לענדער, וואו ער האָט נע- וואנדערט, האָט מען אַראַבּיש נישט פאר- שטאַנען, און דער אבזיעזרא האָט אלע
זיינע ספרים דעריבּער נגעשריבּן אין העפ".
רעאיש. דאָס וויכטיקסטע ספר פון אבן- עזרא איז זיין פּירוש צו חומש, נביאים הראשונים, ישעיה, תרי עשר,, חמש מגי- לות, תהלים, איוב און דניאל. אין זיין פּירוש צו חומש און די אַנדערע כתבי הקודש איז דער אבן עזרא קודם בל מפרש, ער טייטשט אויס דעם פּשוטן זין פון פּסוק און ווייזט דערבּיי ארויס אן אונגעוויינ- לעכען שארפן איינבּליק אין דער כונה
פון פּסוק. א סך מאָל זאָנט דער אבן-עזי רא ארויס זייער געוואקטע געדאנקעז, וי למשל אין סמֿר ישעיה, אז די קאַפּיטלער פון ישעיה מ' אַן זענען נעשריבּן נגעװאָרן דורך א נביא נאָכן גלות בּב?, אויד אין פּירוש צום חומש זאַנט ער טילמאָל ארויס זייער געוואסטע מיינוננען, אִבע- ער טוט עס אין אַ פאַרשטעלטער פֿאַרֶם און מען מוז נאנץ אָפט זיך מאַטערן, כדי צו פארשטיין דעם טייטש פון אבן עזרא. צוליבּ דעם װאָס דער אבר-עזרא בּאַנוצט זיך אין זיין פּירוש מיט א קורצן שארפן סטי?, און אין עטלעכע ווערטער דריקט ער אויס א גאנעַן געדאנק, אזוי אז עס אין אים שווער צו פארשטיין, האָט מען שפּע- טער מחבר געווען פּירושים, װואָס קלערן אויף די שווערע שטעלן פון אבדדעזרא: אַמװיכטיקסטן פון די דאָזיקע פּירושים צום אבזדעזרא איז דער ,צפנת פּענח" פון רבּי יוסף חספרדי. -- א חוץ זיין פּי- רוש אויף כתבי הקודש האָט דער אב- עזרא מחכּר געווען ספרים וועגן דקדוק, דער װויכטיקסטער פון זיי איז דער ,,מאז- נים'". ער האָט אויך מחבּר געווען ספרים איבּער פילאָזאָפיע (,יסוד סורא'. און אַנדערע) װוי אויך איבּער אסטראַנאָמיע און מאַטעמאַטיק (ספר ,האחד, ,הלן- חות'', , העבור'', ,כלי נחושת'' און אנ- דערע). א חוץ דעם האָט דער אבז עזרא געשריבּן בּיכער פון פארשיידענעם אינ- האַלט (זאָנאר וועגן שאַך-שפּיל), װוי אויך א סך לידער און חידות. דער ,דואן" (לידער-בוך) פון אבזדעזרא, ארויסגענעבן דורך איינער, אנטהאַלט 960 שירים און חידות, אָבּער עס זענעז פאראן נאָך מער. די צאָל פפרים, װאָס דער אבזדעזרא האָט מחבר געווען, זאל זיין בערך 200. --- דער אבזדעזרא האָט געהאט דעם אוננעוויינ- 5ֿעכסטן איינפלוס אויף די יידישע גע- לערנטע וועלט אין פארלויף פון א סך החונדערטער יאָרן. אויך אין דער נייערער
87 אגן עזרא 08
צייט איז דער יידישער מאַדערנער דיינ- קער נחמן קראָכמאַ? אין זיין ספר ,, מורה נבוכי הזמן' געשטאַנען אונטער דעם איינפלוס פון דער תנ' ך-פארשונג און פילאָזאָפֿישער שיטה פון אב-עזרא. עס איז שווער צו זאָגן, אין וואס די דאַזיקע שיטה איז בּאשטאַנען, ווייל דער אבזדעזרא איז זיך אָפּטמאָל סוֹתַר. טיילמאָל זאַנט ער ארויס די געוואנטסטע מיינונגען, אַן שום מורא און אָפּשטעלן זיך פאר קיין זאך, און טיילמאָל ווידער גלויבּט ער זאָ- נאר אין אסטראָלאַניע, אז דער גאנג פון די שטערז האָט א ווירקונג אויף דעם גורל פון מענשנס לעבּן. ווענן זיך אליין האָט ער נגעגלױבּט, אז די שטערן האִבּו אים פון פאָראויס בּאשטימט א ביטערן נוךל, און פון אים שטאַמט דער שיר; ,ווען איך װאָלט געהאַנדלט מיט ליכט, װאָלט קיינ- מאָל נישט נאַכט געווען, און ווען איך װאָלט געהאַנדלט מיט תכריכים, װאָלט קיינער נישט געשטאָרבּן'' -- אָבּער אין אַלגעמיין איז זיין שיטה געווען, אַז טאָט האָט בּאשאפן די וועלט פון אלטער מאַ טעריע, העם ,,חומר חיולי'', װואָס עקזיס- טירט פֿון אייבּיקע צייטן. ווענן דער נשמח האַלט דער אבז-עזרא פון דער שיטה פון ,מאַנאָ-פּסיכיזם', װאָס זאָנט, אן אלע נשמות פון אלע מענשן זענען אייגענטלעך טיילן פון איין גייסט. עס איז פאראן א מיינונג, אז דער אבן עזרא האָט געהאַט פאר זיך דאָס פילאַזאָפישע ספר ,,מקור חיים'' פון רבּי שלמה איבן גבירול און האָט דערמיט זיך פֿי? בּאנוצט. -- די גרויסע יידישע חכמים אין די אלטע צוי- טן האָבּן זייער פי? געהאַלטן פון אבן- עזרא. דער גרעסטער פון די בעלי התוס.- פות רבֹּנו יעקב תם האָט אים גנאר הויך נגעשעצט און אים געשריבּן ,אני עבד לאברהם'' (,איך בין א קנעכט צו אב- | רהם''), דער רמב"ם אין זיינע בריוו שרייבּט וועגן אב|דעזראס פּירוש גאָך
גרויס און ער האָט געהייסן זיין זון אים לערנען. -- ווענן פאמיליע-לעבּן פון אבן- עזרא איז אונז גאָרנישט באקאנט. אביסל ידיעות האָט מען נאַר פון איין זון זיינעם, מיטן נאַמען יצחק, װאָס מיט אים אִיז פארבונדן א טראַנישע איבּערלעבונג פאר זיין פאָטער. דער דאָזיקער זוֹן, יצחק, אין געווען א פעהינער דיכטער און האָט גע- שריבּן שיינע שירים, אויך ער האָט פאר- לאָזט שפּאניע אין יאר 1140 און האָט זיך באזעצט אין אזיע, אין בּאנדאד. אָבּער פּלוצלונג האָט דער דאָזיקער יצחק (אונ- טער דעם איינפלוס פון זיין רבּי, א געוויסן נתנאַל, א משומד) זיד געשמדט און אָנ- גענומען די מאַכמעדאנישע אמונה. רבִּי יהודה אלחריזי, וועלכער האָט אויך גע- לעבּט אין יענער צייט, שרייבּט ווענן אים ,והסיר מעלין מעילו דת חיקרים, ופּשט את בנדיו ולבש בגדים אחרים'' (ער האָט אראָפּגעװאָרפן פון זיך זיינע טייערע רע- ליניעזע מלבושים, און האט אָנגעטאָן אנ- דערע קליידער''). אַנדערע לייקענען אִפּ די דאָזיקע ידיעה. סיייוי, ווען ער איז גע- שטאָרבּן, האָט זיין פאָטער, דער אבך-עז- רא געשריבן ווענן אים א קלאַנ-ליד מיט די ווערטער ,,בכה אבכה בכ? רגע ואשא נהי נהיח, בזכרי זה שלש שנים מותו בּארץ נכריה'' (,איך וויין יעדע רגע און קלאָנ, ווען איך דערמאָזן מיך 9 יאר איז זינט ער איז געשטאַרבּן אין א פרעמד לאַנד"').
אבן עזֹרא, משה בן יעקב (לערד 1060- 9). איינער פון די בארימטעסטע העב- רעאישע דיכטער אין 12טן יארחונדערט. אין אַראַבּיש האָט מען אים גערופן ,אבו הארון מוסא''. ער איז נגעבּוירן געװאָרן אין שפּאניע (אין גראַנאַדא) לערך דעם יאר ד' אלפים תתך (1060). ער איז גע- ווען א גרויסער קענער פון העברעאיש און אַראַבּיש װוי אויך פֿון דער לאטיינישער
שפּראך. אין זיינע בּיכער בּריינגט ער די
גרעסטע טריכישע און אראבישע פילא-
59 אבן שתיו--אבנר 00
זאָפֿן. יידישע לימודים האָט ער נעלערנט בּיים נרויסז רב ר' יצחק ניאת. רבּי משה האָט געשריב} א סך ספרים אין אַראַביש. איין ספר ווענן פילאָזאָפיע אין איבּער- זעצט געװאָרן אויף העבּרעאיש מיט דעם נאָמען ,ערונת הבּושם'; אַממייסטן בא- רימט איז רבּי משה דורך זיינע העבּרעאו- שע לידער, וועלכע געהערן נאַך היינט צו די שענסטע אי דער העברעאישער ליטע- ראטור. ער האָט געשריבן א בּוֹד אויד ווע נן פּאָעזיע; דאָס דאַזיקע בּוך איז לעצטנס (יאר תרפּ'"ד) ערשינען אין דער העבּרע- אישער איבּערזעצונג מיטן נאָמען , שִירת ישרא?'!, זיינע לידער זענען אָפּנעדרוקט אין צוויי ספרים; ,ספר התרשיש" און ,דיוואן רבּי משה אבז-עזרא'". לעצטנס איז דערשינען נאָך א זאמלונג פון זיינע לידער דורך ח. נ. בּיאליק, זיינע ליהער זענעז נישט נאָר פון רעליניעזן אינהאַלט, נאָר אויך איבּער אזעלכע טעמאַס, װוי לי- בּע, שיינהייט, דארפיש-לעבּן, נישטיקייט פון לעבּן, דער טויט. ער האָט אויד גנע" שריבּן פיל פּיוטים, און בּאקאנט זענען זיינע פּיטים אי מחזור פון יום-כפּון נאָך דער עבודה, וואס הויבּן זיך אַן מיט די ווערטער: , אשרי עין ראתה בל אלה". די שפּראך פון רבּי משה אבדזדעזרא איז א קלאָרע, איינפאכע. אין זיינע רעליניעוע שירים ווייזט ער אן אויף דער נישטיקייט פון מענשס לעבּן, װי אלץ פארשוינדט שנעל, און עס בלייבט נאָר דאָס אייבּיקע
לעבּן פון דער נעטלעכקייט. -- אין דער יידישער שפּראך זענען דערשינען איבּער- זעצוננען פון זיינע לידער אין י.י שווארץ'ס ,אונזער ליד אין שפּאַניץ" נידיאָרק 1981. וועגן פּרײַואטן לעבּן פון רבּי משה אבזדעזרא איז אונז ווייניס בּא" קאַנט. עס איז נאָר זיכער, אז ער האָט נע" האט אַ פרוי און קינדער. ער איז גע- שטאָרבּן אין יאר 1159.
אבן שתיה אין דער משנה יומא פּרק ה' ווערט דערציילט, אז אין בית המקדש אין ירושלים, אין קדשי-קדשים, וואוהין עס פלענט אריינקומען נאָר דער כַהזינדול אום יום-כפּור, און וואו עס איז געשטאַנען אין די צייטן פון ערשטן בית-:המקדש דער ,ארון", -- איז געווען א שטיין ,,מימות נביאים הראשונים'', פון די צייטן פון די ערשטע נביאים, ,ושתייה היתה נקראת", און דער שטיין האָט געהייסן ,שתיה", ,גבוה מן האָר'ן שלש אצבעות', און דער שטיין איז הויך געווען פון דער ערד אַזױ הויך ווי דריי פיננער. ווענן דעם דאָזיקן שטיין ווערט דערציילט אין דער זעלבער נגמרא יומא נ''ד, אז דעריבּער האָט ער נע- הייסן ,/שתיה'', וויי? שממנה הושתת העולם'', פון דעם דאָזיקן שטיין אין די וועלט בּאשאפן געװאָרן. אויך היינט אין אין מאַכמעדאַנישן נעבעט:הוין אָמאַר- מעטשעט, װאָס שטייט אויפן אָרט פון אמאָליקן ביתזהמקדש, פאראן א שטיין, ווענן וועלכן די טראדיציע זאָנט, אז ראס איז דער ,אבן שתיה''. אויך בּיי די מאַב- מעדאנער איזן דער שטיין זייער הייליסק.
אבּן תבון -- זע .תבּוו"
אֹבנר מיליטער-פידער אין די צייטן פון שאול? המלך; דערמאַנט אין ספר שמואפ. דער פאָטער זיינער האָט געהייסן ,נר". לויט איין שטעלע אין תנ"ד (שמואל ב' קאַפּיטל י"ד) איז אבנר געוועז א קיז פוז שאול המלך, אָבּער לויט א צווייטער שטעלע אין תנ"ך (דברי הימים) איז אבנר געווען א פעטער פון שאול המלר. נאָך שאולס טויט האָט אבנר געמאכט אלס קעניג שאולס זון איש-בושת: דאקענן דוד איז געװאָרן מלך אין חברון, און יואב איז געווען זייז מיליטער-פירער. ווען אב- נר איז געווען איינמאָל צונאסט בּיי דוד המלך, האָט יואב אים געלאָזט טויטן.
61 אבגר---אבעסיגיע 62
אבנך פון בּורנאָס (לערךד 1000- 0) אַ משומד, אַ גרויסער למדן, װאָס האָט געשפּילט א גרויסע ראָל אין דער גע" שיכטע פון יידן אין שפּאניע. ער האָט אין זיינע יונגע יארן געלערנט א סך יידישע לימודים, תנ''ך, גמרא, און האָט זיך אויך פארנומען מיט פֿילאַזאָפיע. א חוץ זיינע קענטעניסן אין לערנען, האָט ער אױך שטודירט מעדיצין און ער איז געווען א דאָקטאָר. אבנר האָט זיך געשמדט שוין אויף דער עלטער, ווען ער איז אלט געווען א יאר 50. נאָך זיין שמד האָט ער זיך א נאַמען געגעבּן אַלפאַנזאָ דע װאַלאַדאַליד, און איז געװואָרן דער היטער פון די קרים- טלעכע הייליקע זאכן אין דער גרויסער יקירכע אין דער שטאָט װאַלאַדאָליד; אלס משומד האָט אבנר אָנגעטאָן זיינע געווע- זענע יידישע בּרידער גרויסע צרות. ער האָט אָננעשריבן אויף שפּאניש ,דאָס שלעכטקייט פון די יידן'' און ,די מל- חמה פון גאָט!', אין וועלכע ער האט גע- יִואָרפן אויף יידן פיל בּאשולדיגונגען, בל- בולים, און שטאַרק געלױיבּט די קריסטלע- כע אמונה. אבנר האָט אויך געשריבן צוויי בּיכער אין העבּרעאיש אנרת חנזירה'" און ,,מנחת קנאות'""' צו באווייזן, אז דער מענש האָט נישט קיין ,,כּחירה'', ער איז נישט פריי צו טאָן װאָס ער וי?, נאר יעדע זאך, װאָס ער טוט, מוז ער עס טאַן, ווייל אזוי איז בּאשטימט דורך די מזלות. זיינע ווערק קעגן יידן האָבּן געהאט אן איינפלוס נישט נאַר אויף די קריסטן אין שפּאניע, נאָר אויך געווירקט אויף פיפ יידישע יונגע מענשן, װאָס זענען געווען שוואך אין דער יידישער אמונה, און האַ- בּן אונטער דעם איינפלוס פון אננרס ווערק זיך געשמדט. מיט אבנר הויבּט זיך אָן די טרויעריקע שמד עפּאַכע בּיי יידן אין שפּאַניע, װאָס האָט זיך געצויגן ביז צום גירוש פון יידן פון דאָזיקן לאנד. עס איז פאראן א מיינונג, אז די פרייע קרו-
(גערענקן"").
טיק קעגן דער גמרא און בכלל קעגן דער תורה שבעל פֹּה מיט דעם נאַמען ,קוֹל סכ?'', װאָס איז אָפּנעדרוקט אין דעם ספר ,בחינת הקבלה'' פון רבּי יהודה אריה דע מודינא (ארויפגענעבן דורך יש'"ר פון רע" רזשא), שטאַמט פון אבנר. עס וערט דערציילט אין דעם ספר ,,שלשלת הקבלה'" די לענענדע, אז אבנר איז געווען א תלמיד פון גרויסן רב אין שפּאַניע רבּי משה בו נחמן, דער רמב""ן, א לאַנגע צייט נאָכ- דעם, װוי אבנר האָט זיך געשמדט, האָט אים זיין רבּי איינמאָל געטראַפן און אים געפרעגט פארװאָס ער האָט זיך געשמדט. האָט אבנר דערויף געענטפערט, אז ער האָט געהערט פון רמב''ן, אַז אין דער קד- רה ,האזינו'' אין חומש איז דערמאַנט יעדן מענש'ס נאָמען און זיין נור?, און אזוי וִוי דאָס איזן אים אויסנעקומען ניט ריכטיק, האָט אבנר פאָרגעלייגט זיין רבּין, אז ער זאָל אים געפינען אין האזינו זיין, אבנרס נאָמען. דער רמב'"ן האָט א קלער געטאָן און געזאָגט, אז זיין נאַמען געפינט זיך אין יעדן דריטן אות פון פּסוק: ,,אמר- תי, אפא'יהם, אשב'יתח, מאנ'וש זכר'ם"" (,,איך װועל אויסמעקן פון די מענשן זייער וי אבנר האָט דאָס דער" הערט, האָט ער גלייך געטאָן תשובה, און ער האָט גענומען א שיפ?, אָן זענלען, און זיך אװװועקנעלאָזט אויפן ים, און מען האָט נישט געוואוסט מער, וואו ער אין אהינגעקומען. -- אָבּער װווי עס אין שוין בּאַװויזן געוװאָרן דורך געלערנטע אין ניט ריכטיק די גאַנצע לענענדע, אז אבנר איז געווען דעם רמב"נס א תלמיד, ווייל דער רמב"ן איז אוועק פון שפּאַניע קיין ארץ- ישראל 4 יאר איידער אבנר איז געבּוירן געווארן.
אבעסיניע דאָס לאנד אבּעסיניע גע- פינט זיך אין צפון-מזרח אפריקא, און האָט איצט לערך 12 מיליאן איינוואוינער. מען רופט אויך דאָס לאנד ,עטיאָפּיע',
08 אבערגלויבן 64
װאָס איז געווען אין די אַלטע צייטן די גריכישע איבּערזעצונג פוז העבּרעאישן װאָרט אין תנ'"ד ,,כוש'". די אַראַבּער רו- פן דאָס לאנד ,,חבש, און דערפון אין פארדרייט נעװאָרן דער נאָמען אויף ,אבּאַס, און נאכער אַבּיסיניע. די הױיפּטשטאַָט!? פון אַבּעסיניע, וואו עס וואוינט דער קעניג, דער ,נעגוס'', הייסט ,אדיס אבעבא'; די אבעסינישע אין- יואוינער דערציילן, אז זייער קעניג אין אן אייניק? פון שלמה. המלך, וועלכער האָט געלעבּט מיט דער מלכה שבא, װאָס איז נעקומען צו אים מיט אַ בּאַזוך, וי עס ווערט דערציילט אין תנ"ד אין ספר מל- - כים. פוז זיי איז, לויט רער אבּיסינישער לעגענדע, דאמאַלט געבּוירן געװאָרן א זוז, פון דעם דאָזיקן זון שטאַמט די איצטו- קע דינאַסטיע, װואָס הערשט איבּער אבע- סיניע. די איינוואוינער פון אבּעסיניע זע- נעז קריסטן, אבּער זיי האָבּן א סר מנה- נים פון דער יידישער רעליגיע, װוי 5משפ, זיי זענעז מל די קינדער צו 8 טעג, זיי הי" טן אִפּ אַחוץ זונטיק אויך שבת, און עסן נישט א נאנצע ריי טריפה זאכן. זיי גלוו- בּן אויך, אז עס וועט נאַך קומען משיח און אויפבויען צוריק ארץיישראל. זייער אַלטע שפּראך, ,נעז'', געהערט צו די סע- מיטישע שפּראכן און האָט פיל ענלעכקייט מיט העבּרעאיש. עס זענען פאראז זייער פיל לענענדעס, אז אין אבּעסיניע אין אין 6טן יארהונדערט נגעווען א יירישע מל- כה, בּאזעצט דורד יידישע שבטים, שטאַר- קע סריגס-מענשן, מיט אן אייגענעם מלך, און נאַכער האָבּן זיי געהאט א יידישע קעניגין; יידן אין אבּעסיניע זענען מא- ראן זייער ווייניק, מען שאצט זייער צאָל ארום 50 טויזענט. זיי טיילן זיד איז צוויי טיילן: 1) אין געוויינלעכע יידן, צווישן זיי אממייסטן תימנישע יידן; 2) ,פא- לאשן'', וועמענס יידישקייט אין אן עק- זאָטישע. זע ,,פאלאשן".
אבּערנלױיבּן מיט דעם װאָרט אבער- גליבּן רופט מעז אויף יידיש אזעלכע פאָלקס-גלױבּונגען, ,,זאבאָבּאַנעס;, װאָס די יידישע רעליגיע זאַגט נישט, אן מעז זאָל גלויבּן אין זיי, אבּער נרויסע טיילן פון די פאָלקס-מאַסן גלױיבּן יא אין זיי. עס איז שווער צו זאָגן, וועלכע זאך איז ,אבּערגלויבּן'' אוז וועלכע הייסט ,נלוי- בן'', וויי? עס זענען פאראן א סך זאבן, אין וועלכע א סד גרויסע יידישע חכבמים האָבּן יא גענלױיבּט, און געשריבן ווענ זֵיי אין זייערע ספֿרים, דאקעגן אנדערע
גרויסע יידישע חבמים האָבּז אין זיי נישט
געגלויבּט און בּאטראכט אַלס אַבערגלױ- בּו: למשל, ,כשוף'', צי , שדים'', ווערט זאָגאַר דערמאַנט אין חומש און גמרא, אָנער דער רמב'"ם און אנדערע גרויסע יידישע חכמים און רעליניעזע אױטאַרײ טעטן האָבּן דאָס בּאטראַכט פאר אַבער- נלויבּן. שוין אין תנ'"'ד נעפינען מיר, אז די תורה אין די נביאים זענען ארויסנע- טרעטן קענן פארשיידענע אַבערנלטיבנס, װאָס האָבּן געהערשט בּיי יידן אין יענ אַלטע צייטן. דער חומש דברים י"ח זאַנט ,לא ימצא בך קסם קסמים, מענן ומנחש ומכשף וחובר ושא? אב וידעני ודרש אל המתים'! (.עס זאָל זיר נישט געפינען בי דיר כשוף-מאַכערס און טרעפערס און אִפּ- שפּרעכערס און פרענערס בּיי טויטע'). אין דעם חומש דאָרט ווערט דאָס אלץ אֵנֵי גערופן ,,תועבות הנוים'' (,די א מיוירדי- קייטן פון די פעלקער''). אָבער פון חומש אליין אין נישט ארויסצודריננען, צי די דאָזיקע סאָרטן זאכן, דעד כשוף וכדומה האָכּן יא א ווערט, דאָס הייסט זיי האָבֹּן יא א קראַפט, נאָר מען טאָר דאָס נישט טאָז, ווייל דאָס איז עבודה-זרה. ם | א סך אַנדערע ערטער אין חומש, למשל פון סיפּור װוי די חרטומי מצרים האַבּו אויך נעמאַכט פֿון זייערע שטעקנס שלאַנגען איז קלאָר צו זען דער נלױבּן, אַז דער
65 אבערגלויבן 60
כשוף האָט יאָ אַ קראַפט, נאַר מען טאָך דאָס ניט טאָן. פיל שפּעטער, אין די צייטן פון שאול המלך געפינען מיר אין ספר שמואל? א' כ"א אַז ווען שמואל איז נע- נאַנגען פרענן די , בּעלת אב', די כשוף- מאַכעריי, האָט זי צו אים אַרויפגעבּראכט שױןדפאַרשטאָרבּענעם שמואל הנביא. דא" קענן געמֿינען מיר אין ספר זכריה קאַפּיט? י' אַזעלכע ווערטעד, זוי ,הקוסמים חזו שקר וחלומות שוא ידברו', אז דער כשוף מאַכער זעט פאלש און די חלומות-בּאדיי- טער רעדן פּוסטע זאכן. -- אין די צייטן פון 9טן בית-המקדש און אויך שפּעטער אין די צייטן פון דער משנה און נמרא זענען אבּערגלויבנס פון פֿאַרשידענע נע סאָרטן געווען זייער פארשפּרייט ציוי- שן יידן. ווענן די סנחדרין אין ירושלים ווערט דערציילט, אז זיי האָבּן געקענט כשוף. וועגן שדים ווערט דערמאַנט אויר אַחוּץ אין תנ'ך אויך בּיי יוסף פלא- וויוס, ,און אויך אין דער נמרא אין זייער פיל ערטער. אין דער משנה איז שוין מא" ראן א ספּעציעלער אויסדרוק פאר ,אבער" גלויבּן'', נעמלעך, ,דרכי אמורי'' (,די ווענן פון אַמורי,, דאָס הייסט פון נישט- יידן). אזוי זאַגט די משנה אין שבת ס"ז, אז מען טאר נישט טראָגן פאר רפואה װועגן אלס סנולה א , צאָן פון א פוקם',, א ,,טשװואָק פון א געהאַנגענעם'!, משום דר- כי אמורי''. אין דער נמרא סנחדרין ס'"ה ווערן געבראכט אַנדערע אבּערנליבּנס. וי למשל טייל זאָגן, אז זיי ווילז! נישט אַנהױיבּן א געוויסע ארבּייט, ויי? עס האָט שלעכטע סימנים, ,פּתו נפלה מפין, מקלו נפלה מידו, בנו קורא לו מאחרין, עורב קורא לו, צבי הפסיקו בדרך, נחש מימינו, שועל משמאל, אל תחיל בה שחרית הוא, ראש חודש הוא, מוצאי שבת הוא'' (דאָס ברויט איז מיר ארויסגעפאפו, דער שטעקן איז מיר אַרויסגעפאלן, דער זון האָט מיר צוריקנערופן, א קרא האָט נע-
סימנים און
רופן, א הערש איז דורכגעלאַפן, א שלאַנג פון רעכטס און א פוקס פון לינקס, אַדער ער זאָגט צו איינעם, וװואָס קומט אים מאָ- נען א חוב, הויב נישט אָן בּיי מיר, עס איז איצט דער פרימאָרגן, ראש חודש, מו- צאי שבת, און עס וװעָט זיין א שלעכטער אָנהויבּ). אין דער גמרא נעפינען מיר נאַך פיל אַנדערע גלױיבּונגען פון פאָלק, וי אויך אַ סך סנולות און אָפּשפּרעכוננען צו עי- הרע, װואָס א סך פון זיי האָט די גמרא גע" האַלטן פאר ,דרכי אמורי'". אי} די צייטן נאָך דער גמרא האָבּן זיך די מיינונגען פון די גרויסע יידישע חכמים יֶוענן די אלע אבּערנלויבנס צוטיילט. איין טייל פון זיי האָבּן געהאַלטן, אז די אלע סגולות און אָפּשפּרעכונגען האָבּן קייז שום ווערט נישט. דער רמב'"ם זאַנט אין זיין , משנה תורה'' הלכות עכו''ם: ,ודב- רים אלו כולן דברי שקר וכזב הן'' (די אלע דאָזיקע זאכן זענען לינן און פּוסטע זאכן), ,ואין ראוי לישראל שהז חכבמים מחוכמים להמשך בהבלים אלו ולא להע- לות על לב שיש תועלת בהן" (און עס פּאַסט גאַרנישט פאר יידן, װואָס זענען קלוג, אז זיי זאָלן נאָכגײן נאָך די נאַריש- קייטן און עס זאָל נישט קומען אויפן גע- ראנק, אז זיי האָבּן עפּעס א ווערט). דאַ- קענז איז געווען א גרויסער טייל יידישע חכמים, װאָס האָנּן יא געגלויבט אין דעם כח פון די אלע סנולות און אָפּשפּרעכונ- געז און סימנים און עיזדהרע און שדים. אזעלכע אַלטע ספרים, וי דער ספר חסידים (אין 19טן און 13טן יארהונדערט) און א סד אַנדערע יידישע ספרים פון יענע ציי" טן און פון שפּעטער, ספּעציע? פון די אָנ הענגער פון קבלה, זענען פול מיט פארשיו- דענע גלויבּונגען פון סגולות און סימנים און עין-הרע. ווענן די פארשיידענע גלוי- בונגען, װי שדים און מזיקים, קמיעות,
עיז-הרע, כשוף, חלומות, דבוק, גולם, נ5-
גולים, סנולות און אַנדערע נעבּן מיר בא"
61 אבר מן החזי--אברבגוטל 08
זונדערע בּאַשרייבּונגען בּיי זייערע זוד- ווערטער.
אבר מן החי (,,א שטיק פלייש, וואס איז אִפּנשניטן געװאָרן פון אַ לעבּעדיקער זאך''). אויף דעם פּסוק אין חומש דברים י"כ ,לא תאכל הנפש עם הבשר!' (דו זאָלסט נישט עסן דעם נפש מיטן פלייש) זאגט די נמרא חולין ק"ב, אז דאָס אין דער טיייטש, אז מען טאר נישט עסן קיין ,אבר מן החי'". לויט דער נמרא פנהדרין ני'ט איז נישט נור יידן פארבּאָטן עסו אבר מן החי, נאָר אויך נישט-יידן, ווייל דאָס אין פון די /;שבע מצוות', דרי 7
מצוות, װואָס אויך די ,בני נח', דאָס הייסט, נישטיידן, זענען מחויב מקיים צו זיין.
אַבּראַבּאַליאַ יוסף און משה. צויי כּרידער, יידן, בארימטע מלוכה-מענער אין שפּאניע אין 18טן יארהונדערט. יוסף אַבּראַבּאַליאָ אין געווען פינאַנץ-מיניס-
טער. זיין נאָמען איז פארבונדן מיט דער
געשיכטע פון א יידישן מסור אין שפּאניע, װאָס האָט כסדר געטראָגן מסירות אויף יידן אין קענינלעכן הויף. דורך דער השת- דלות פון יוסף אַבּאַרבאַליאַ האָט דער קע- ניג איבּערנענעבּן דעם מסור אין יידישע הענט, און א יידיש בית-דין אונטער דער פירונג פון רבּינו יונה פון גירונדי, האט אים פארמשפּט צום טויט, װוי עס אִיז גע- ווען דער דין פאר אַ מסור, און מען האָט די טויט-שטראָף אויסגעפירט.
אבראהאמס ישראל (19951858). נגעלערנטער אין ענגלאנד אין דער קעצ- טער צייט. ישראל אבראהאמס, אַדער וי עס לעזט זיך אין ענגליש, אייבּרעהעמם, -- שטאַמט אִפּ פון א ידיש-פּוילישער פאמיליע. דאָס וויכטיקסטע וװוערק פון אבּ- ראהאמס איז זיין בּוך אין ענגליש ,דהי דזשואיש לייה אין די מיד? איידזשעם"
(,דאָס יידישע לעבּן אין מיטלאלטער"),
אין וועלכן ער האָט לט פֿאַרשידע- נע שאלות ותשובותיספרים אונז געוויזו,
װוי אזוי די יידן האָבּן געלעבּט אין די
צייטן פון מיטלאלטער, זייערע מנהגים און פאָלססטימלעכע לעבּז. דאָס בּוד האָט א גרויסע בּאדייטונג פאר דער פארשונג פון יידישן לעבּנס-שטיינער מיט הונדער- טער יאר צוריק. אין העבּרעאיש איז דאָס בוך ערשינען אין קיצור אין דער איבע-- זעצונג פון דוד יעלין (געדרוקט איו זשור- נאַל ,השלח'' אינטער דעם נאָמען ,חיי היהודים בימי הביניים''). א נרויסו ווערט האָט דער זשורנאָ? ,,דזשואיש קווארטער- לי רעווין'', וואָס אצראהאַמס האָט רע" דאגירט פון יאר 1889 אָן. אבראהאמס איז נעשטאַנען אין שפּיץ פון די רעפארמירי טע יידן אין עננלאנד. צן זיין אַנדץ;קען איז ערשינען אין ניודיארק (1997) א בוד (אין עננליש) מיט ויכטיקע פאַרשיננען פון יידישע געלרנטע. אין דעם בוד אין אויד אויסגערעכנט אלץ, װאָט אבראהאמס האָט מחבר נעווען. דאָס בּוך פון אברא- האמס ועגן ,יידישן לעבּן אין מיטלאל- אלטער'' איז דערשינען אויך אין דע- יידישער שפּראך אין א פארקירצונג.
אבּראמאָװויטש שׁ. י. -- זע ,מענ- דעלי מוכר ספרים".
אבּרבנאל יהודה (לעאַ העבּרעאוס) זון פון דון יצחק אבּרבנאל. יהודה אבּרב- נאל אין אויך בארימט אין דעד געשיכ- טע פון דער איײיראָפּעאישער ליטעראטור מיט זיין לאַטײנישן נאָמען ,לעא העבּי רעאוס'". מען נעמט אָן, אז ער איז געבּוי- רן געװאָרן לערך 1460, ווען עס איז פאַךר- געקומען דער נירוש פֿון יידן פון שפּא: ניע אין יאך 1409, האָט יהודה אברבנאל אוועקנעשיקט קיין פּאַרטוגאַל זיין זוז יצחק (בַּיי די שפּאַנישע יידן פלענט מעו א נאָמען געבן די זין אויך נאָך דעם זיי- דן, װאָס האָט נאָך געלעבּט), ואָס איז
69 | אברבגאל 0
דאַמאָלט געווען א קליין קינד, צוזאמעו מיט זיין אם. יהודה אליין איז אוועק קיין איטאַליע. אֶבֹּער אין פּאַרטוגאל האָט די רענירונג דאָס קינד געלאָזט אָפּשמדן. יהו- דח האָט נאַכער געשריבּן אַ טרויער ליך ,תלונה על הזמן"' (פאָרוואורפן דער צייט), אין וועלכן ער באוויינט זיין זון און בּעט אים, אז ווען ער וועט אויפוואקסן זאָל ער צוריק וֶוערן א ייד. יהודה אבר- בנאל האָט זיך בּאזעצט אין איטאַליע, וואו ער האָט געוואוינט אין פארשיידענע שטעט. עס איז פאראן א מיינוננ, אז זיין זון איז דערנאָך צוריקנעקומען צו אים. גענוי וועז יהודה איז נעשטאַרבן איז ניט כּאוואוסט; מען נעמט אֶן אז אין 1598. אין איטאַליע האָט יהודה אברבנא? זיך כּאקאנט מיט די גרעסטע איטאליענישע געלערנטע אין יענער צייט, און בַּאזנ- דערס מיט פּיקא דע סמיראנדאלא. יהודה האָט נעשריבן אין איטאליעניש צויי ווערק, איינס מיטן נאָמען ,די האַרמאַניע פון הימ?'' און דאָס צווייטע ,, געשפּרעמז וועגן ליבּע''. בּיידע פילאַזאַפישע חקירות. דאָס ערשטע בּוך איז נישטאָ; געבליבן איז נאָר די ,נעשפּרעכן ווענגן ליבע,'. א חוץ דעם האָט ער געשריבן אַ ריי שירים אויף העבּרעאיש אלס הקדמה צו זיין פאָטערס חבורים. די קריסטלעכע נעלערנטע האַב ארױיסגעלאָזט א קלאנג, אז יהודה אברב- - נאל האָט זיך געשמרט. אָבּער דאָס איז נישט ריכטיק. ער איז נעבליבן א געטרייער איד ביזן טויט. דאָס בּוֹךר ,יעגן ליבץ" האָט אין דער ליטערארישער וועלט גע- מאַכט אגרויסן רושם און האָט אַ נרויסע בּאדייטונג פאר דער נעשיכטע פון פילאַ- זאָפיען עס איז איבּערזעצט נעװאָרן אין פיל שפּראכן. אויך אין העברעאיש איז עס פאראן איבערזעצט און די איבערזע- צונג איז ערשינען ערשט אין יאר 18/01. עס איזן א סברא, אז די העכדעאישע או-
בּערזעצונג איז געמאַכט געװאָרן דורד דעם רב ר' יהודה אריה די מודינח.
אבּרבנאל דון יצחק (1808-145), פילאָזאָף, מפרש פון תנ"ך, מלוכה-מאן, וועמענס פתם-נאָמען ,דער אברבנאל", איז בארימט בַּיי יידן. דון יצחק איז נע- בּוירז געװאָרן אין פּאַרטונאַ?ל אין ליסאַ- באָן; זיין פאָטער האָט געהייסן יהודה. דער אברבנאל שרייבּט אין זיין הקדמה צום ספר ,מעיני הישועה'", אן ער שטאַמט אָפּ פון דוד המלך, און אין אן אַנדער פפר שרייבּט ער, אז זיין פֿאמיל- יע אין גֶעקומֶען קיין שפּאַניע נאַכז חורבּן פון ערשטן בית-המקדש. דון יצחק האָט אין זיין יוגנט נעלערנט א חוץ יידישע פו" מודים, אויך שפּראכן, פילאַזאַפיע, גע" שיכטע און נאַטורזװיסענשאַפטן. וועז דוו יצחק איז עלטער געװאָרן איז ער געװאָרן איינער פון די אָנגעזעענסטע מלוכה-מע- נער ביים פּאַרטוגאַלישן קעניג. אין יאך 8 האָט דער קעניג, צוליב א מסירה, פאראַרדנט צו ארעסטירן דון יצחקו, יועל- גער איז דערפון נעוואויר געװאָרן, און אין אַנטלאָפן קיין שפּאניע. דאָ איז ער געװואַ- רן באַלד אָנגעזעען ביים שפּאנישן קענינ פערדינאנד און דער קעניגין איזאבעלא, און איז געװאָרן זייער פינאנץ-מיניסטער. ער האָט אויפנעהויבן די פינאַנסן פון שפּאניע צו א גלענצענדער מדריגה. אָבּער עס איז נעקומען דאָס טרויעריקע יאר אין דער יידישער געשיכטע, רנ"בכ (1409), ווען דער שפּאַנישער קעניג פערדינאנד האָט ארויסנעגעבן דעם דעקרעט, אז אלע יירן מוזן פארלאָזן שפּאַניע, און די, וואס וועלן בלייבּן, מוזן, זיר שמדן. דון יצחק האָט זיך בּאמיט בּיים קעניג אָפּצוהאַלט} די דאָזיקע גזירה, אָבּער עס אין אים ניט געלונגען. דון יצחק אברבנא? צוזאמען מיט זיין פאמיליע האָט געטיילט דעם ביטערן נורל פון די הונדערטער טויזנטער שפּאַ- נישע יידן, וועלכע האָבן פארלאָזט זייער
71 אברהס אבינו 2לז
היימלאנד,. אברבנאַל האָט זיך בּאזעצט אין איטאַליע, אין נעאַפּאָל, וואו ער איז געװאָרן דער פּאַליטישער בעל יועץ פון דאָרטיקן קענינ. נאַכער האָט ער זיד בּא- זעצט אין סיציליע און קאָרפו. נאָר צום סוף האָט ער נגעװואוינט אין ווענעציע, וואו ער איז געװאָרן באלד אָננגעזעען בי די דאָרטיקע פענאטארן און פירשטן. אין ווענעציע איז ער געשטאַרבּן אין עלטער פון 71 יאר. זיינע קינדער האָבז געבּראכט זיין קערפּער קיין פּאדווא, און דאָרט אין זיין קבר. -- די בּאדייטונג פון אברבנאל באַשטײט קודם-כ? אין זיינע פּירושים אויף תנ'"ד, וועלכע ער האָט אַנגעהויבּן שרייבּן נאָך זייענדיק אין שפּאַניע אוז ער האָט זיי פארענדיקט ערשט שפּעטער אין זיין נלות. אין זיין ספר ,שאלות" שרייבּט דער אברבנאַל פאַלנענדע ווער- טער: ,די נאנצע צייט, וואָס איך בין נע" ווען בַּיי די מלכים אין די פּאַלאַצן, פארנומען אין זייער דינסט, האָב איד ניט געהאָט קיין צייט מעיין צו זיין איז קיין ספר, און איך האָב פארבראכט מיינע יא- רן אין נאַרישקייטן צו סאַכן עושר און כבוד, אבּער דאָס עשירות איז פארלארן גענאננען, און נאַכדעם, ווי איך האַב גע- וואנדערט פון איין לאַנד אין אנדערן. האָב איך גענומען ערשט לערנען'. סיי אין זיינע פּירושים אויף תנ"ד, סיי אין די אנדערע ספרים זיינע איז צו בּאמערקו דעם טרויער פון אברבנאַל אויף דעם אומ" נליק, װאָס האָט געטראָפן זיינע ברידער, די שפּאַנישע יידן, און ער שרייבּט וענן זיך: ,.מר ונאנח על אבדן מולדתו והוא עיף וינע השקט לא יוכל מבני עם ה' מפו" זֶר ומפורד נלות ירושלים אֲשר בספרר" (,,ביטער און פארזימצט אויף דעם פאר- לאָרענעם פאַטערלאנד, מיד, קאָן זיר ניט בארוהינן אויף גאָטס פאָלק, װאָס אין צוזייט און צושפּרײט, די פארטריבּענע פון שפּאניע''). אין זיין פּירוש צו תנ"ד
באַמיט זיך דער אַברבנאל אויפצוקלערן היסטאָריש די פארשיידענע יידישע מנח-
גים און מלוכה-פירוננ אין די צייטן, װועז
די יידן זענען נאָך געווען אין אַרזדישראל. דער אברבנא? גיט אין זיינע פּירושים אויך פילאָזאָפישע חקירות איבּער פראגן, װאָס האָבּן אינטערעסירט די'יידישע נעלערנטע אין יענע צייטן, וֶוענ! תחית המתים, השא- רת הנפש, השנחה פּרטית. א חוץ זיינע פּירושים אויף תנ'"ד האָט דער אברבנאַל מחבּר געווען נאָך א ריי אנדערע ספרים,
וי א פּירוש אויף ,פּרקי אבות, א ספר
, ישועות משיחו'' צו שטאַרקן די אלע, װאָס זענען דאמאָלט אריינגעפאלף אין א יאוש און צו בּאווייזז, אז עס װעט קומען די נאולה; א ספר ,ימות עולם'', װואָס איז א היסטאָרישע פארצייבכנונג פון אלע ני- רושים אין דער יידישער געשיכטע, אוז א חוץ דעם נאָך א ריי אַנדערע פילאַזאַ- פישע חקירה-ספרים. פראגמענטן פון זיי- נע ספרים זענען איבּערזעצט געװאָרן אין אנדערע שפּראכן. -- דאָס טרויעריקע לע- בּן פון אברבנאל איז אויך בּאנוצט געװאָרן דורך מאָדערנע שריפטשטעלער אלס טע- מע פאַר דערציילונגען.
אברהם אבינג דער פאָטער פון יירישז
פאָלק. אין חומש בראשית וערט דער- ציילט ווענן לעבּן פון אברהם אבינו, זוי פון תרח; ער האָט צוערשט געוואוינט אין אור-כשדים און ער איז געקומען אין לאנר כנען מיט זיין ווייבּ שרה. צוערשט האָט אברהם געהייסן ,אברם'' און זיין ווייבּ ,שרי"", נאַכער האָט נאָט אים געהייסן ענדערז זיין נאַמען אויף אברהם און זיין ווייבּס נאָמען אויף שרה: דערנאַר ווערז דע-ציילט די אלע וואנדערונגען פון אב" רהם אבינו קיין מצרים און דערנאַך צו- ריק אין לאנד כנען; די מעשה פון זייז בדידער-זין 7וט; די מלחמה, וװאָס ער האָט נעפירט קעגן די 4 מלכים, די מעשה מיט הנר זייז דינסט, וואס האָט אים נע-
78 אברהטס אביו 74
בּוירן דעם זון ישמעא?; דערנאָך האָט ער זיך נעלאָזט מל זיין לויט דעם באפעל פון נאָט; די געבורט פון יצחק אביננו; די פארטרייבּונג פון הנר און ישמעאל, און די מעשה מיט דער עקידה, און װוי שרה איז געשטאָרבּן און דערנאך וי אברהם אבינו אִיז געשטאַרבּן אין עלטער פון 176 יאר און איז געקומען צו קבורה אין דער מערת המכפּלה אין חברון. - אָבער א חוץ די ספּורים, וואָס ווערן געבראכט אין; חומש זענען ארום דער פּערזאַן פון אברהם אֶבִינו אנטשטאַנען דערנאָך זייער פיל פֿאָלקס-מעשיות, װאָס א סך פון זיי ווערן געבּראכט אין דער גמרא און מדך- שים, און א סך פון זיי ערשט אין די שפּעטערדיקע ספרים, װוי יוסיפון, ,,ספר הישר'' און אנדערע. די ערשטע מעשה איז, אז ווען אברהם איז נאָך געווען אין אור-כשדים און נמרוד איז דאָרט געווען מלך, און אברהם האָט נישט נגעװאָלט די- נען צו די אפּנעטער, האָט מען אים אריין- געװאָרפן אין קאלד-אויוון (,,כבשן אש''), נאָר ער איזן ניצול געװאָרן. די דאַזיקע סיפּור-חהמעשה שטאַמט פון װאָרט ,אור'" (פייער). נאכער ווערן דערציילט די פאר- שיידענע סיפּורים, וי אזוי אברהם אבינו האָט אָפּגעלאכט פון די אָפּנעטער. אין דער גמרא נדרים 9''ז ווערט געזאַנט, אן בן שלש שנים הכיר אברהם את בוראה, אז שוין אין עלטער פון דריי יאר האָט אברהם דערקענט נאָט, אין מדרש בראשית רבה ווערט געזאַנט, אז אברהם האָט נעזען די װועלט, װי א פּאלאץ, וואס איז באלויכטן (,,בירה דולקת'') און ער האָט געזאגט צו זיך, צי אין מענלעך, אז דער דאָזיקער לויכטענדער פּאַלאַץ זאל זיין אָן א פירער, און דאמאָלט האָט זיך בּאוויזז צו אים דער ,בעל הבירה', נאָט דער פירער פוז דער וועלט. אין אלנעמיין אין דער ציפ פון די אלע מאַמרים אונטערצושטרייכן, אז אברהם איז געווען דער גרינדער פון
דער יידישער רעליגיע, װאָס האָט דער- קענט דעם איינציקן גאָט אין דער וועלט. װועגן די גוטע מדות פון אברהם אבינו ווערט איז דער גמרא און מהרש געזאנט, אז ער איז געווען א גרויסער מכניס-אורח (דאָס װוערט גענומען דערפון וי ער האָט אויפנענומען די דריי מלאכים) און האָט אדויסנעוויזן א גוט הארציקייט. אין פּרקי אבות פּדק ה' ווערן אויסגערעכנט די מע- לות פון די ,תלמידיו ש? אברהם אבינן" (פון אברהם אבינוס תלמידים), אז זיי האָבּן ;עין טובה, רוח נמוכה ונפש שפ לה'' (,א נוט האַרץ, באַשיידן אין גייםט, און האַלטן זיך קליין''). דאָס מל זיין א יידיש קינד װערט בּאצייכנט מיט דעם װאָרט ,בבריתו של אברהם אבינו'', ווייל אברהם אבינו איז געווען דער ערשטער, װאָס האָט זיך מל געווען. -- אין דִי יידו- שע תפילות פארנעמט אברהם אבינו זייער א גרויס ארט. לויט דער גמרא האָט אברהם אַבינוו מתקן געווען תפלת שחרית (גמרא ברכות כ''ו). דער זכות פון אברהם אבינו ווערט דערמאַנט זייער אָפּט נישט נאר אין די געוויינלעכע תפילות, אין שמנה עשרה, נאָר אויך אין די פארשיידענע פּיוטים אין די מחזורים. אין די ראש- חשנה תפילות איז פאראן דער פּיוט פון ,עוד יזכור לנו אחבת איתן!' ,נאָט װעט אונז נאָך דערמאַנען די ליבּע פון איתן"', לוט דעם מדרש איז ,,איתן'' אברהם אבו- נו'". אויך ביי נעילה אום יום:כפּור הויבט זיך אָן דער פּיוט ;אב ידער מנוער" (,אונזער פאָטער, אברהם אבינו, װאָס האָט דערקענט גאָט אין דער יגנט'"). עס איז ווערט צו בּאמערקן, אז איינע פון די עלטסטע תפילות, וואס ונערט נעזאנט אין דער יידישער שפּראך יעדן שבת פאר- נאַכט, ווען מען גייט שוין צינדן די חבדלח איז די בּאקאנטע תפלה ;נאָט פון אב- רהם'". א באַזונדערן אָדט פארנעמט אב- רהם אבינו אין ארזדישראל, ספּעציע? בַּיי
78 אברהם אבא 56
די יירישע איינוואוינער אין חברוז, וואו עס געפינט זיך די מערת המכפּלה. אין הברון געפינט זיך אן אלטע שול, װאָס מען רופט אברהם אבינו'ס שול. נישט וייט פון דער שטאָט שטייט אַן אַלְטער בּוים, וועלכן מען האַלט, אז דאָס איז דער בא- רימטער ,אשל אברהם'', װאָס ווערט דער" מאָנט אין חומש. דער בּוים איז ווירקליך אַלט פֿיל הונהערטער יארן. וועגן דעם, אז אין דער געננט פן חברון אין געווען דער בּוים פון אברהם אבינו, װוערט דערציילט אין דעם בוך ,,יידישע מלחמות'' פון פלא- וויוס. אין חברון ווערט אויך דערציילט די לעגענדע, װאָס ווערט געבּראכט אין /,שב- חי ירושלים'', אז איינמאָל האָט אין חברון מיט 800 יאר צוריק אויסגעפעלט איין ייד צו מנין יום כפּור, איז אברהם אבינו, פארשטעלט פאר אן אלטן ייר, גע- סומען אליין אין שו? אריין און משלים געוועז צום מנין. מוצאי יום כפּור איז ער פארשוואונדן געװאָרן, און ער איז געקן- מען צוֹ חלום דעם רב, און אים געואַנט ווער ער איז געווען. עס איז צו בּאמערקן. אז אויך די מאַכמעדאנער און בּאזונדערס די אראבּער האַלטן הייליק דעם נאַמען פון אברהם אבינו, וועמען זיי רופן ,, אל-כאַ- לִילי'. ,דער פריינט'' פון נאָט. אין די יאלטע. מאַכמעדאנישע לענענדעס ווערט פי? דערציילט וענן אברהם אבינו. די מאָדערנע תנ"ך-קריטיק בּאַשעפטיקט זיך אויך מיט דער פּערזאָן פון אברהם אבינו. די בּאקאַנטע געלרנטע ביב? קרו- טיקער װוי שטאַדע, נעלרעקע, נאַלרציהער און אנדערע ווילן האָבן. אז די ספּורים װועגן אברהם אבינו, װאָס נעפינען זיר אין חימש, שטאַמען פון פארשיידענע קוועלן. לויט דער מיינונג פון דעם תנ'"ד- קריטיקער קיטל זאָל אברהם אבינו האבן נגעווען א פירער פון סעמיטישן שבט ,הא- בירו'' (דאָס זאָל זיין דאָס יואָרט .עב- רי''), וועגן וועלכן עס דערציילן די דא-
קומענטן, װאָס מען האָט געפונען אין אל" טן עניפּטן, אז דער דאָזיקער היבירו- שבט איז אריינגעדרוננזן אין לאנד כבנען. יעדנפאַלס זענען די מיינוננען פון די פארשיידענע תנ"ד-קריטיקער ווענן אב- רהם אבינו זיך שטאַרק סותר. עס ווערט נאָר אָנגעוויזן, אַז אין אויפשריפט פון פּרעה שישק מלך מצרים, וועלכער האָט אין די צייטן פון שלמה המלד'ס זון רח" בעם איינגענומען ארץ-ישרא? ווערט צװי- שן די אייננענומענע שטעט אידר דער- מאָנט אן אָרט ,חקל אברם', דאָס הייסט ,.דאָס פעלד פון אברהם', וואס מען מיינט מיט דעם דאָזיקן נאַמען, איז ניט זיכער.
אברהם (דער נאָמען פון גרים). עס איז א מנהג בַּיי יידן אז אויבּ א ניט-ייד איז זיך מגייר און װוערט א ייר, ניט מען אים אַממײסטן דעם נאַמען אברהם. דאָס זאָל שטאַמען דערפון, וואס אברחם אבינו איז געווען דער ערשטער נישטיייד, וואס איז געװאָרן א ייד און האָט, װוי דער מך- רש זאָנט, געבּראכט א סך גיים צום יידנטום. א חוץ דעם ווערט דאָס מגייך זיין בּאַטראַכט וי אריינגעבּראכט דעם נר ,בּבריתו ש? אברהם אבינן"
אברהם אבא פון נומבּיז, מחבּר פון
,מנן אברהם'"). פוסק און מפרש פו' .שלחן ערוך''. רבּי אברהם אַבעלע נומי בּינער איז געבּוירן נעװאָרן אין גומבּין אין פּױלן בּערך אין יאר 1058. זיין פאָטער, חיים, איז געטויט געװאָרן אין די שחיטות אויף יידן אין פּוױלן אין יאר 1658, וואם זענען פֿאָרגעקומען דורך דעם פּולישו העלר טשארנעצקי (און נישט וי דער ,אוצר ישראל'' און , אשכול'' שרייבן '"כמיעלניצקי''). שוין אלסם יננערמאן האָט רבי אברהם זיך דערװאַרבּ! א רום אלס גרויסער למדן און ער איז אויפנענו-
| מען געװאָרן אין קאַליש אלס דייז אוו
ראש ישיבה. אין דער לומדישער וועלט
4 אברהם אבא--אברהם גן אליהו 78
איז ער בּארימט געװאָרן דורך זיין הו" בּור ,מגן אברהם', װאָס איז. א פּירוש /אויף ,שולחזן ערוד'' חלק ,אורח חיים. דאָס דאָזיקע ספר איז געדרוקט געוארן שוין נאָכז טויט פון רבּי אברהם דורד דעם זון פון מחבר דבּי חיים (אין יאר 1690). פון דאמאָלט איז דער ,מגן אברהם'' גע- דרוקט געװאָרן א סך מאֵל, צוזאמען מיטן שולחן ערוך אורח חיים. -- אויף דעם מנז-אברהם האָט מען דערנאָך געשריבּן א סדך פּידושים. דער וויכטיקסטער פון זיי איז דער ,,מחצית השק?'' פוז רבּי שמואל קעלן (ווין 1807). -- רבּי אברהם אַבּעלע נומבינער האָט מחבּר געווען אויך די סם- רים ,זית רענן'' , שמן ששון'' װוי אויך א פּירוש אויף תוספתא. ער האָט אויך גע- שריבן א קינה אויף תשעה בֹּאָב, װאָס הויבט זיך אָן מיט די װוערטער: ,ארץ- ישראל היו בה עשר קדושות'' (,ארץ- ישרא? האָט געהאט 10 הייליקייטן'").
אברהם אבּאלע פּאָסוואלער (1764- 6 למדן און ראש בית דין אין וויל- נאָ אין אֶנְהוֹיבּ פון 019ן יארהונדערט. בּאקאַנט איז זיין אריינמישן זיך אין דער מחלוקה ווענן דרוקן די נמרות צווישן די דרוקערייען פֿון סלאַיויטא און וילנא (אין יאר 1889). רבּי אברהם אבּאַ'לע פּאָסװאָלער האָט קיין ספרים נישט אי- בּערגעלאָזט, אבּער זיינע חידושים געפו- נען זיך אין די ספרים פון אנדערע רבנים און מחברים אין יענער צייט, ,נתיבות עולם'' פון קאַצענעלבויגן, ,,מנחח בלילה'" פון רבּי שמעון סלַאֲנים און אנדערע. ער האָט זיך בּאצוינן פריינטלעך צו השכלח און וועלטלעכער בּילדונג, און מען נעפינט זיינע הסכמות אויף די ערשטע השכלה- ספרים אין פּױלן און ליטאָ אין יענער צייט. אזוי האָט ער געגעבן זיין הסכמה אויף דעם ,תעודה בישרא?. פֿון יצחק בּער לעװוינזאָן און אויף דעם מאַטעמאַ- טישן ספר ,, מוסדי חכמה'' פון סלאנימס-
קי. רבי אברהם אבּא'לע פאַסװאַלער האָט זיך אויך פאראינטערעסירט מיט דעם ישוב אין ארץ-דישראל.
אברהם אַבּיש (לעהד 176821700). רב פון פראנקפורט אם מאין; געבּוירן לערך ת''ס (1700); רב אין א גאנצער ריו שטעט אין פּוילן, װוי לוקאָוו, יאדאָוו, מע" זריטש, ריטשעװאָל, ליסאָ, און צום סוף אין דייטשלאנד אין פראנקפורט אם מאֵין. זיינע חידושים ,ברכת אברהם'' האט ארויסגענעבן שוין נאָר שפּעטער (אין יאר תרמא) זיין אוריאור-אייניק? רבּי יוסף לעווענשטיין, דער בּאקאַנטער היסטאַרו- קער, רב אין סעראַצק. אין יאר 1156 (תקכ''ו) האָט רבּי אברהם אַבּיש נעהאט אויסצושטיין א גרויסע מחלוקה מצד איו- ניקע רבּנים צוליב א גט (דאָס איז דער בּאַקאַנטער .נט פון קלעיוא''), װאָס רֹבֵּי אברהם אַבּיש האָט נגעהאַלטן, אן ער אין מּסול. ווענן דעם גאנצן ענין זענען דא- מאָלט דערשינען צוויי ספרים'לעך ,אור הישר'' און ,אור ישרא?, רבּי אברהם אַבּיש איז אויך בּארימט געווען אלס צדיק און עניו און בּעל-מופת. ווענן זיינע מופף- תים איז דערשינען א ספּעציע? ספרפ ,,אה? אברהם'' (פּיעטרקאָוו תרע''א) פוז אברהם חיים סיכעלאָן רבּי אברהם אַבּיש איז געשטאַָרבּן י'"ב תשרי תקב''ט (1768).
אברהם בּן אליהו (פון ווילנע ?ערר 0ָ) זון פון ווילנער נאון. רבִּי אברהם האָט א חוץ גרויס לומדות געהאט אויך אלנעמיינע בּילדוננ; רבּי אברהם איז געווען אויך איינער פון די פירער פון דער יידישער קהלה אין וילנאַ אין יענער צייט. רבּי אברהם האָט מחבר געוען א גאַנצע ריי וויסענשאפטלעכע ספרים, וי ;נבולות האָרץ'' (געדרוסט אין בּערלין 11) געאַנראפישע באשרייבוננען פוז פארשיידענע לענדער, ,תרגם אַברהם"
79 אברהם פֿון בעיא--אברהם גרשון
(ירושלים 1896) באמערקונגען צום תרגום אונקלוס,, און אנדערע. אמװיכטיקסטו איז זיין ספר ,,רב פּעלִים'' (ארויסגענעבן דורך האַנעס, ווארשא 1896) איבּער די מדרשים. דאָס איז נעווען די ערשטע וויסענשאפטלעכע און היסטאָרישע פאָר- שוננ איבער אלע מדרשיס, נישט נאָר או- כֶּער די, װאָס מיר בּאזיצן, נאָר אויך אי" בּער די מדרשים וואס זענען פארלאָרן נע- נאנגען און זיי ווערן נעבּראכט אין די אל- טע ספרים פון די ראשונים, שוין אין 1802 איז דערשינען זיין ,מהרש אגדות בּרא- שית'' מיט אַ ווערטפולער הקדמה: (אַ נע- וויסער יעקב בּן נפתלי האָט זי איבּערנע- דדוקט אין זשולקעוו 1804 אויף זיין איי- נענעם נאַמען). דעד ,רב פּעלים'' האָט נגעעפנט דעם װעג פאר אלע געלערנטע פאָרשער אין דער מדדשים ליטעראטור.. אויך דער גרויסער נגעלערנטער מדרשים פאָרשער צונץ האָט זיד פאנוצט מיט בי אברהם'ם הקדמה צום מדרש ברא- שית. פון רבּי. אברהם זענען נאָך פאראן אין כתב-יד א ריי ספרים מיט פארשיידע- נע וויסענשאפטלעכע פֿאַרשוננען איבּער דער נמרא,, בּאזונדערס איבּער די נעמען פוז פארשיידענע שטעט אין דער גמרא. די װאָגן און מאָסן בּיי יידן אין די אל-
טע צייטו, הנהות צום ירושלמי.
אברהם פון בּעיא נאָמען פון א נדויסן יידישן שפּראך-קענער און רייזענ- דער און אנטדעקער פון לענדער. אין פּאַר- טינא? איז דער צווייטער העלפט פון 15טן יארהונדערט. אין דעם בּוד, װואָס דער יידישער היסטאָריקער קייזערליננ האָט געשדיבן װעגן דעם אַנטײי? פון יידן אין די לענדער-אַנטדעקוננען אין די צייטן פון קאַלומבּוס (געשריכּן אויף דייטש), יוערט געבּראכט וענן דאָזיקן ערשטן יידישן לענדער -אנטדעקער אברהם פון בּעיא, אז לויט דעם באפעל פון פּאַרטונאלישן קע- נינ איז ער צוזאמעז מיט דעם רייזענדער
80
צאַפּאַטײיראָ אוועק קיין אפריקע און אזיע, כדי צו נעפינען דאס לענענדארע לאנר פון ,יאהאַן דעם פּריסטער''. אברהם פוז בּעיא האָט אויף זיין דאָזיקער רייזע גע- מאַכט וויכטיקע אַנטדעקונגען, וואָס האַ- בּן מענלעך נגעמאַכט די שפּעטערדיקע ערשטע ים-רייזע ארום אפריקע פוז וואס- לאַ דע גאמא.
אברהם בֹּן גנרטון ערשטער יידישער דרוקער, װאָס איז אונז בּאקאַנט; געלעבט אין 15טן יארהונדערט אין דער שטאט רעדזשא, אין איטאַליע (אין די העבּרע- אישע ספזרים שרייבּט מען דעם נאָמען וז דער שטאָט , ריניו') אוו האָט דאָרט געהאָט א העבּרעאישע דרוק; דאָס ערש-י טע יידישע ספר, װואָס ער האָט נעדרוקט, איז געווען דער פּירוש פון רש'"י אויף תוי דה,, װאָס איז פארענדיקט געװאָרן י' אַדר רל''ה.
אברהם גנרֹשׁון פון קוטוב. מקובּל אוו ל*מדן און חזן אין בּראָד (גאליציע): נאַ- כער געוואוינט אין ארץ-ישראל. ער האָט געלעבּט אין 18טן יארהונדערט. לוט זי די חסידישע קוועלען דערציילן, איז רבּי אַברהם גרשון פון קוטוב (אַ שטעטל אויף דער נרעניץ פון פּאָדאָליע ,,קוטי'') געוועז א שװאָגער פון בּארימטן גרינדער פון חסידות רבּי ישרא?ל בעל-שם-טוב, וװעל- כער האָט חתונה געהאַט מיט רבּי נרשונס א שוועסטער. רבּי אברהם גרשון ווערט דערמאַנט אין בּאקאנטן שאלות-ותשובות- ספר ,,נודע ביהודה'' פוז רבּי יחזקאל לאנ- דאָ, וועלכער שרייבּט אים דעם טיטל (נודע בּיהודה'' סמהדורא קמא אבן העור סימן ע"נ) ,אהובי ידיד נפשי, חסידאַ קדישא, נר ישראל'' (,,מיין ליבּער פריינט הייליקער חסיד, דאָס ליכט פון ישראל''). אויך רבּי יונתן אייבּעשיץ פאררופט זיד אויף רבּי אברהם גרשונ'ן אין דער מח- לוקה ווענן זיינע (רבּי יונתנ'ס) קמיעות,
81 טברהס דוב---אברהם בן דוד 82
װואָס מען האָט חושד געווען זיי, אן זיי
אַנטהאַלטן אין זיך די אמונה אין שבתי.
צבי. רבּי יונתן אייבּעשיץ טיטולירט רבי אברהם גרשונ'ען (;לוחות עדות'') ,הרב והחסיד המפורסים, מופלג בתורה ומקובל אלהי'' (בּאקאַנטער חסיד, למדן און געט- לעכער מקובל'). לערך אין יאר 1747 (תק"ז) איז רבּי אברהם נרשון אוועקגע- פאָרן קיין ארץ ישראל און ער האָט זיך באזעצט אין חברון און דערנאָך אין ירן- שלים, וואו ער איז געװואָרן זייער אַנגעזען בּיי די דאָרטיקע מקופלים און לומדים. גענוי ווען ער איז געשטאַרבּן איז נישט בּאקאַנט, אין יאר תקי"ז האָט ער נאָך געלעבּט. -- אין די חסידישע ספרים איז די בּאדייטונג פון רבּי אברהם גרשון זייער נרויס אלס שװאַנער פון בעל-שם-טוב. איז ,שבחי-הבעש''ט!' ווערז דערציילט פיל ספּורים ווענן דער כבאציהונג פון בּעל- שם-טוב צו זיין דאָזיקן שװאַנער. שוין פון די ערשטע צייטן, ווען דאָס חסידות האָט זיך גענומען פארשפּרײטן, איז פא- ראן פארשפּרייט א בריף, װאָס רבי ישראל בעלדשם-טוב זאָל האָבּן געשריבן צו רבי אברחהם גרשנ'ען קיין ארזישרא? אין יאר תק'"י. דאָס איז דער בארימטער בּריף, אין וועלכן דער בעל-שם-טוב דערציילט ווענן זיין עליה אין חימ? און דער התנלות פון חסידות. עס איז שווער פעסטצושטעלן, צי דער דאַזיקער בריף איז ווירקליך נע- שריבּן געװואָרן דורכן בעל-שם-טוב צו רבי נרשונען, אָדער ער געהערט צו די געמעל- שטע חסידות-בּריוו, װאָס האָבּן זיך באַ- וויזן אין דרוק.
אברהם דום פון אַװרוטש. רב איז
זשיטאָמיר און אַוורוטש, א תלמיד פון רבּי מאָטעלע דעם פניד פון טשערנאָבּיל. אין די עלטערע יארן האָט ער זיך בּאזעצט אין ארץדישראל אין צפת, וואו ער אין געשטאַרבּן אין יאר תר"א (1840). רבֵי אברהם דוב איז געווען איינער פון די חסי-
דישע רבּנים אין ארץדישראל, װאָס האָט דאַמאָלט דערלאננגט א כּיטע צו סער משה מאַנטעפיאָרע, אז ער זאָל העלפן די יידן אין צפת, אז זיי זאָלן קאַנען בּאארבּייטן ערד און ווערן פּאסטוכער. דר אליעזר לוי, דער סקעקרעטאַר פון פאָנטעפיארע, שרייבּט ועגן רבּי אברהם דוב, אז דאם איז ,,איינער פון די פיינסטע מענשן, ער גיט אוועק ארימע לייט אֲלֵץ, װאָס ער האָט!?. אין יענע צייטן האָבּן די רבּנים אין ארץזישראל נעשיקט משולחים מיט א בריוו אויפצוזוכן די לעגענדארע עשר
השבטים, און אויך רבּי ,אברהם דוב. איז גונטערגעשריבּן אויף דעם ברייו. פון רבו אברהם דוב איז פאראן געדרוקט א ספר ,בת עיז'"' (זשיטאָמיר 1890), חסידישע תורות און צום סוף אויך הלכות.
אברהם בֹּן דוד (ראב"ד'' דער ערש- טער). פילאָזאָףה און היסטאָריקער אין שפּאַניע אין 19טן יארהונדערט, בּאקאַנט מיט דעם ראשי-תבותנאַמען גראב"ד הראשון'/, כדי אים אונטערצושיידן פון די אַנדערע צוויי גרויסע יידישע פּערזענ- לעקייטן, אויך מיט די נעמען ראב"ד. רבּי אברהם בֹּן דוד איז געבוירן געװאָרן אין קאָרדאַװאַָ לערך 1110; איז געווען בּא- רימט אלס גרויסער דאַקטאָר, אסטראַנאָם און היסטאָריקער. װוי עס וערט דערי ציילט אין ,,שבט יהודה'' האָט דער שפּא- נישער. קעניג געװאָלט צויננען דעם ראב''ד, אז ער זאָל זיך שמדן. אָבּער דער ראב''ד האָט נישט געװאַלט. דער קעניג האָט אים דעריבּער פאראורטיילט צום טויט דורך הענגן. דער ראב'ד אין אומי געקומען אויף קידוש השם אין טאָלעדאַ יאר 1180, אין עלטער פון 70 יאר. מען רופט אים אויך דעריבּער ,, הראב'ד הק- דוש". -- דאָס בּארימטע ספר פוז ראב'"ך איז זיין ,,סדר הקבלה, (אָדער ,דורות עולם''), יֶועלכן ער האָט נעשריבן אין יאר 1161, דאָס דאָזיקע ספר הױיבּט אַן
88 אברהם בן דוך 84
מיט אָדם הראשון און גייט דערנאָך אי" בּער צו דער יידישער געשיכטע פון די אור-אלטע צייטן, און רעכנט אויס אלע יירישע פירער פון די שופטים און מלכים און דערנאָך די יידישע נשיאים און תנאים ואמוראים און נאכער רי רבנן סבוראי און די גאונים און די יידישע חכמים בּיז צו זיין צייט. אין ,סדר הקבלה'' נעפינעו זיך אויך ידיעות פון דער רוימישער נע- שיכטע און פון דער געשיכטע פון שפּא- ניע- דאָס דאָזיקע ספר האָט א גרויסן ווערט פאר דער פאַרשוננג פון דער יידו- שער געשיכטע. עס זענען פאראן טייל עפּאַכן אין דער יידישער געשיכטע, פאר וועלכע דֶער סדר הקבּלה דינט אונז אלס איינציקע קוועלע. -- א זייער גרויסע בּא- דייטונג האָט אויך געהאט דאָס פילאַזא- פישע ספר פון ראב'ד ,, האמונח הרמה" ;דער העכערער גלויבן'), װאָס דער ראב''ד האָט מחבּר געווען אויף אַראַבּיש, איבּערזעצט אין העבּרעאיש 9 מאָל: דורך שלמה בּן לביא, וועלכער האָט עס א נאָמען גענעבז ,,האמונה הרמה'' (ערשינען אין פראנקפורט יאר 1858) און דוהר שמואפ טוטוס, יֶועלכער האָט עס א נאָמען גענע- בּן .אמונה נשאה'', אין דעם דאָזיקן ספר בּאמיט זיך דער ראב'ד אויפצואווייזן די ריכטיקייט פון דער פילאַָזאַפישער שיטה פון אַלטן גריכישן פילאָזאָף אַריס- טאָטעלעס (אין די העבּורעאישע ספרים ,אריסטו!'), און אויסצוגלייכן די פילאַ- זאָפיע מיט דער יידישער אמונה. --עס ווערט אויך אָנגענעבן, אז דער ראב"ד האָט געשריבּז א ספר איבּער אסטראַנאַ- מיע, װואָס איז פארלאָרן געגאנגען.
אברהם בּן דוה למדן און פּוסק, איז דער לומדישער וועלט בּאקאַנט סתם מיטז נאָמען דער /;ראב'ד''; ער איז בּאקאַנט ספּעציעל דורך זיינע שאַרפע קריטישע בּאמערקונגען, ,השנות'', װאָס ער האט נעשריבּן צום ,יד החזקה'' פֿון רמב''ם
און וועלכע זענען געדרוקט צוזאמען מיטן רמב''ם. -- רבּי אברהם בּז דור איז גע- בּוירן געװאָרן לערך 1115, װייל ער שרייבּט אין איין אָרט אויפן רמב''ם ,, הוא נער ואנחנו ישישים//, ,ער איז יונג און מיר זענען אלט', און דער רמבּ"ם איז געבּוירן נגעװאָרן, װוי בּאוואוסט, אין יאר 5, און דעריבּער איז אנצונעמען, אז דער ראב''ד איז געווען עלטער פאר אים מיט א יאר 20. זייז שווער איז געווען רבּי אברהם בית דין פון נאַרבּאַנע (בּאַקאַנט מיטן נאַמען ,ראב''ד דער צווייטער''). דער ראב'ד איז געשטאַרבּן ערב שבת חנוכה ד' אלפים תתקנ"ט (1198). מען האָט אים געהאלטן פאר אזוי הייליק, אז, װוי דער ,יוחסין'' דערציילט, האָבּן אויך כהנים, װואָס טאָרן נישט זיד צורירן צו קיין מת, זיִך פארנומען מיט זיין קבורה. -- דער ראב"ד האָט מחבּר געוועז דאָס בּארימטעסטע ספר זיינס וועגן די ,, הש- גות'' אויפן רמבּ'"ם, יואָס זענען איינעט- לעך א טייל פון זיין ספר ''כתום שם" (דאָרט שטייט געשריבּן), װואָס אַנטהאַלט ,השנות'' נישט נאָר אויפן רמב''ם, נאַר אױך אופין ריף, דעם ,בעל המאור'' אוז אַנדערע. פון דאָזיקן ספר האָט מען שפּע- טער ארויסנגענומען די השגות צום רמב''ם און זיי געדרוקט צוזאמען מיטן רמב''ם, און די השנות אויף רי'"ף און בעל המאור האָט מען אריינגענעבן צום ספר ,תמים דעים'". אין זיינע ,,השגות'' (קריטישע בּאמעהקונגען) דריקט זיך אויס דער רא- ב"ד זייער שאַרף קעגן רמב''ם. דער ראבד האָט אויך געשריבן א פּירוש אויף ש''ס (א טייל דערפון אִיז געדרוקט געװאָרן), אויף תורת כהנים, וי אויך קבלה-ספרים. עס איז פאראן א מיינונג, אז ער זאָל אויך האָבּן געשריבּן דעם באקאַנטן פּירוש צום ,ספר יצירה'". זיין זון רבּי יצחק סגי- נהור איז געווען א בּארימטער מקובל.
88 אברהםס בר חײא--אבההס בן יעקֶב 80
אברהם בר חייא הנשיא, איינער פוו די גרעסטע יידישע מאַטעמאַטיקער און אסטראַָנאַָמען און פֿילאָזאָפן אין מיטל- אַלטער, אויך בּאקאַנט אין דער אלנעמיי- נער געשיכבטע פון מאַטעמאַטיק מיט דעם נאָמען ,,סאַװאַסאַרדאַ'", דאָס שטאַמט פון אַראַבּישן װאָרט ,סאַחב-אל-סורטאַ"" (באאמטער פון דער פּאַליציי), ווייל ער האָט פארנומען אן הויכן פּאָסטן בּיי דער רעגירונג אין שפּאניע. -- ער איז געבּוירן געװאָרן לערך 1065 און געשטאָרבּן לערר 6 אין שפּאַניע. אין יענע צייטן האָט אין נאַנץ אייראָפּע נאָך געהערשט א פול- שטענדיקע פינסטערניש, מען האָט יויי- ניק געלרנט וויסענשאַפטן. רבי אברהם בר חייא (ער ווערט אין טייל נישטיידישע אויך דערמאַנט מיטן נאָמען ,אבראהאם יודעאוס'') איז געווען איינער פון די ערשטע, װאָס האָבּן אין יענע פינסטערע צייטן אָנגעהױיבּן פארשפּרײטן די אלנע- מיינע װיסענשאַפֿטן אין אייראָפּאַ. ער האָט מחבּר געווען ספרים איבּער מאַטע- מאַטיק און אסטראָנאָמיע און ער האָט אויך איבערגעזעצט אין לאַטיין א סך מאַ- טעמאטישע בּיכער פון אַראַבּישע געלערן- טע. אזוי ארום האָט די נישטיידישע וועלט אין אײיראָפּע אַנגעהויב} צוריק זיך צו בּאַקענען מיט די דאַזיקע װויסנשאַפטן, אין העברעאיש אין באוואוסט זיין ספךר ,צורת האָרץ!' איבער אסטראָנאַָמיע און געאָגראפיע; ער האָט אויך מחבר געווען דעם ספר ,העבור'' און ,לוחות'', ביידע איכּער כראָנאָלאַניע. אין כתבזיר זענען פאראז פון אים א סך מאַטעמאַטישע חי- בּורים. רבּי אברהם בר חייא האָט אויך מחבּר געווען דאָס ספר /הניון הנפש" (געדאנקן פֿון דער נשמה) פוסר ווערטער און פילאַזאָפישע בּאטראַכטונגען איבער דער וועלט און דעם מענש'ס נשמה. דאָס ספר איז נעדרוקט געװאָרן דורך פריימאַן מיט אן הקדמה אין פייפּציק 1800 רַבַּי
אַברהם בר חייא האָט אויך געהאַט אַ באַ- דייטונג פאר דער פארשפּרייטונג פון מאַ- טעמאטישע און אסטראַנאַמישע וויסענ- שאַפטן צווישן יידן, און די שפּעטערדי- קע יידישע חכמים אין מיטל-אלטער האַבּן פי? נעשעפּט פון אים.
אברהם מנ'יד פון טריסק. (1889-1806) חסידישער רבּי אין װאָלין, זיין פאמיליע- נאמען איז געווען טווערסקי. רבּי אברחסס פאָטער איז געווען דער רבי ר' מאָטעלע (מרדכי) מגיד אין טשערנאָבּי?. פאַראַן פון אים א ספר ועגן חסידות מיטן נֹאַי מען ,/מנגן אברהם"".
אברהם יהושע העשׂיל אַפּטער רב). חסידישער רבּי, מחבּר פון ספר ,,אוהב ישרא?''. ער איז געבּוירן געװאָרן לערד תק"ז (1747), רבּי אברהם יהושע העשעל איז געווען רב אין א ריי שטעט, וי קאָל- בּושאָוו, אַפּט (דערפון איז זיין נאָמען ,דער אַפּטער רב''), יאסי, און צום סוף אין מעזיבּוזש, וואו ער אין געשטאָרבן אין יאר תקפ'"ה (1825). ער איז געווען אַ תלמיד פון רבי ר' אלימלך, דעם מחבר פון ,נועם אלימלך'. אין ספר ,דובנא רבתי', אין פאראן א בריוו פון אים, פוז וועלכן עס איז צו זען, אז ער איז נע- יִֶוען דער פאַרזיצער פון א גרויסער אספת הרבנים ווענז א נזירה אויף יידו.
אברהם בּן יעקב יידישער רייזענדער אין דער צווייטער העלפט פון 10טן יאר" הונדערט; נגעבּראכט אין דעם אלטן אַראַ- בּישן רייזע-בּוך פֿון ,אל-באַכרי', ואס איז געשריבן נגעװואָרן אין יאר 1066. אין דעם אראבּישן בּור הייסט ער , איבראהים איבּן יעקוב האישראלי'' (אברהם בן יעקב דער ייר). פון וואנען דער דאָזיקע אברהם האָט געשטאמט ווייסט מען נישט. מען ווייסט נאָר, אז ער אין ארומנעפאָרו א ריי לענדער אין אייראָפּא, און ער איז גע- ווען אין בעמען און אנדערע סלאַווישע
84 אבהרהס יעטב--אבהרהס הכהן
לענדער, און ער האָט זיין רייזע נאשרו- בּן און געגעבן זייער וויכטיקע ידיעות אי- בּער דעם לעבּז אין די סלאַיוישע לענדער אין יענער צייט. ער דערציילט אויך ווע- נן יידישע סוחרים רייזענעד, װאָס האָבֹּן געוואנדערט אין די סלאווישע לענדער; ער דערמאַנט אויך די כוזרים. אברהמ'ס רייזע-בּאשרייבּונג רעכנט זיך פאר א זיי- ער וויכטיקע ויסענשאַפטלעכע קוועלע פאר דער געשיכטע פון די סלאווישע לענ- דער אין יענער אלטער צייט. זיי רייזע- בּאַשרײיבּונג איזן איבערנעזעצט געװאָרן אין רוסיש, דייטש און אויך אנדערע שפּראבן.
אברהם יעקב פון סאדאגאָרע. חסידי- שער רבי אין גאליציע אין 9טער העלפט פון 19ט1 יארהונדערט. זיין פאָטער אין געווען דער בּאַרימטער רבּי רבּי ישראל פרידמאַן פון ריזשין, דער גרינדער פון דער פאדינאָרער דינאסטיע. צווישן רבּי אברהם יעקב און דעם אנדערן גרויסן רבּי אין נגאליציע אין יענער צייט, רבּי חיים פון צאַנז האָט זיך צעפלאקערט א. מחלו- קה צוליב רבּי בּער ליעווער, א בּרודעַר פון רבּי אברהם יעקב. רבּי חיים צאַנזער
האָט נעהאלטן, אז דער פאדאנאַרער הויף .
פירט זיר מיט צו-פי? לוקסוס, מען לעבּט צו בּרייט און צו רייך אין דאָס דערפירט אויף שלעכטע וענן. אין דער דאַזיקער מחלוקה האָבּן זיך בּאטייליקט פיל רבּנים פון בּיידע צדדים. עס זענען פאָרגעקומען צוליב דעם גרויסע קאַמפן אין פיל שטעט אין גאַליציע. מען האָט איינעם דעם צוויי- טן געליינט איז חרם. ערשט שפּעטער איז די מחלוקה שטי? געװאָרן. רבּי אברהם יעקב איזן געשטאַָרבּן אין יאָר תרמ"ג אין סאדאנאָרע.
אברהם בּן יצחק פון נאַרבּאנע (רא- ב'"ד דער צווייטער). למדן און פּוסק אי 9טן יארהונדערט, מען האָט אים נערופן
88
,ראב''ד'', וויי?ל ער איז געווען אביבית- דין אין דער שטאָט נאַרבּאָנא. ער איז גע- בּוירן געװאָרן לערך 1110 און געשטאַרבן 9, ער האָט נעפירט א ישיבה און זיי- נע תלמידים זענען געווען זיין איידעם דער ,ראב''ד דער דריטער', רבּי זרחיה דער ,,בעל המאור'' און אַנדערע. רבּי אב- רהם האָט מחבּר געווען א סך ספרים, און דאָס וויכטיקסטע ספר זיינס איז דער ,האשכול''. דאָס איז א זאַמלונג פון הל- כות. דער אשבול איז א לאַנגע צייט געווען איז כתב-יד, און ערשט אין יאר תרכ'ח (1868) האָט אים אַרױסגעגעבּן מיט אַן איינלייטונג הרב אויערבּאך, אין אַ צייט שפּעטער (יאָר 1910) האָט שלום אַלבּעק פון װואַרשע אָפּנעדרוקט אין בּערלין אַ ריי קריטישע בּראָשורן מיטן נאָמען ''כופר האשכו?'' אויפצואווייזן,, אז אויערבּאך האָט. נגעפעלשט דעם ,אשכול'; אלבעק, האָט ארויסנגענעבּן א העפט פון ריכטיקן ;,אשבול"'. |
אברהם הכהן פון לאסק. מקובּ? איז 8טן יארהונדערט. מען האָט אים אויך גערופן ,דער חסיד פון אַמסטערדאם'". רכי אברהם האָט געשטאַמט פון דער פּוילישער שטאָט לאסק. נאַכער האָט ער זיך בּאזעצט אין ארץ-ישראל. ער פלעגט פאסטן א גאנצע װאָך,. משבת לשבת. די יידן פון ארץ-דישראל האַבּן דאמאַלט גע- האָט בּאַשלאָסן ארויסשיקן אין די איי- ראָפּעאישע לענדער אז אנגעזעענעם שד''ר (,, שליחא דרבנז'") א דעלענאַט,-װאָס זאָל וועקן בּיי די יידן אין אייראָפּאַ די ליבּע צו ארץדישראל און זאמלן געלט פאר דעם יידישן ישוֹב. אַלס פּאַסנדסטע פּערזאָן דערצו האָבּן זיי אויסנעקליבּן רבּי אב- רהם, וועלכער איז אוועקנעפאָרן קיין איי- ראָפּאַ און באזוכט א סד לענדער, און וואו ער איז געקומען האָט ער געװעקט דעם חמוודעם צו תשובה און אייננע- פלאַנצט אין זיי חיבה צו ארזדישראל, ער
89 אמברחם מלאך--אבההם בן נתן 90
האָטס פארבראכט אין אייראָפּא 10 ואר. זייענדיק אין אייראָפּאַ האָט ער נעדרוקט זיינע ספרים ,וחשב לו הכהן (פירטה תקמ''ד), ,,בית יעקב'' (ליוואָרנא תקנ''ב) און אנדערע. ווען ער איז צוריקגעקומען קיין ירושלים אין ער ארעסטירט געװאָרן צוזאמען מיט נאָך יידן פון ירושלים דורר דער טערקישער רעגירונג. אין תפיסה האָט מען רבּי אברהם'ן אָנגעטאָן גרויסע יפודים. דאָס האָט אים שטאַרק אָפּנע- שוואכט און ער איז געשטאַרבּן.
אברהם מלאָך, זון פון רבּי בּער פוז מעזריטש (.,מעזריטשער מניד''). פון רבי אברהם מלאָך שטאַמט אָפּ די רבייאישע דינאסטיע אֵין נאליציע סאַדאַנורע. רבי אברהם מלאך איז געבּוירן געװאָרן לערך דעם יאר תק"ג (1748); אין דער יוננט זיך אָפּנעגעבן צו חסידות מיט אַזאַ ברען און איבּערנענבענהייט, אז מען האָט אים גערופן ,דער מלאך''. ער האָט חתונה נע- האט מיט דער טאָכטער פון רבּי משולם פייביש פון קרעמיניץ,. דעם מחבר פון ,.משנת חכמים''. נאָכן טויט פון זיין פאַ- טער דעם רבּי ר' בּער האָט רבּי אברהם מלאָך נישט געװואַלט יֶוערן רבּי, נאָר אין געװאָרן מניד אין פּאסטאָוו. ער איז נע- שטאָרבן אין יאר תק''מ (1780). פאראן פון אים נעדרוקט א ספר מיט חסידישער
תורה ?חסד לאברהם' (טשערנאַוויץ תר'"י). אַברהם מימוני הנניר נעבּורן
8, געשטאָרבּן 7192855). זון פון רמב'"'ם (רבינו משה בּן מיימון). ער איז געווען דער רעליגיעזער פירער פון די יידן אין מצרים, און אלס אזעלכער האָט ער נע- טראָנן דעם טיט? נניד. רבּי אברהם איז געווען, פּונקט יִוי זיין פאָטער, א גרויסער דאָקטאָר, איינער פון די דאַקטוירים אין קענינלעכן הויף אין עניפּטן. ווען א טייל רבָּנים אין פראנקרייך זענען ארויסנע-
טרעטן קעגן זיין פאָטער, דעם רמב"ם. פארװאָס ער האָט מחבּר געווען פילאַזאַ- פישע ספרים (,,מורה נבוכים'' און אנדע- רע), װאָס זאָלן זיין קעגן דת, אין רִבּי אברהם ארויסנעטרעטען קענן זיי מיט זיין ספר .-מלחמות ה',, אין וועלכן ער קלערט אויף, אז פילאָזאַפיע אין נישט קענן רעליגיע. רבּי אברהם האָט מחבּר נע- װוען נאָך א ריי אַנדערע ספרים, וי א פּו- רוש אויף נמרא און אויף זיין פאָטערס ,יִד החזקה'', א תשובה אויף אָפּצוענט- פערן קשיות אויפן רמב''ם, און א ריי ווערק אויף אראבּיש ווענן מעדיצין, מאַ- טעמאַטיק און יידישע עטיק, וי אויך דינים און הלכות.
אברהם בּן נתן הירחי. פּוסק, מחבּר פון ספר ,חמנהיג'', אין דער צווייטער העלפט פון 19טן יארהונדערט אין פראנק" רייך אין דער שטאָט לני?. דערפון שטאמט זיין צונאָמען ,החירחי'', ווייל ,לון'"' איז אויף פראנצויזיש די ,לבנח", דאָס זעלבּע וואָס אין העבּרעאישן אירח"". ער איז געווען א תלמיד פוֹן ,,ראב''ד דעם דריטן". נאַכער איז ער אוועק קיין שפּא- ניע. אין דער שטאָט טאַלעדאָ. דאַ האָט ער מחבר געווען זיין בּארימט ספר ,המנהיג''. װוי ער שרייבּט אליין, האָט ער מחבּר געווען זיין ספר ,בששים וארבע שנים ליצירה'', דאָס הייסט ד' אלפים תתקס''ד, אַלזאָ אין יאָר 1904. -- דער ספר ,,;חמנהיג'' (געדרוקט דאָס ערשטע מאָל אין קאָנסטאַנטינאָפּאָל יאר 1519) איז א זאמלונג פון זייער פיל חלכות און דינים און מנהנים; זייער פיל שפּעטער- דיקע פּוסקים האָבּן זיר מיט אים בּאנוצט. אַ חוץ זיין בּאַדייטונג אלס רעליניעז הל- כה-ספר, האָט דער ,,חמנהינ!' אויך זייער א גרויסע בּאדייטונג פאר דער פאָרשונג פון אמאָליקן יידישן לעבנס-שטייגער אין פארשיידענע לענדער, ווייל רבּי אברהם הירחי האָט דאָ צונויפגעזאַמעלט א סך
1 אברהם סאָכאַטשעװער---אברהם פּראָכאָוויק 99 :
-מנהנים פון יידן אין די לענדער שפּאַ- ניע, פראנסרייך און דרום פראנקרייך, דייטשלאנד, ענגלאנד (ער דופט ענגלאַנד ,איי-הים'', די אינזלן פון ים). פֿון דאַרט למשל ווערן מיר געוואר, אז אין טייל ער- טער האָט נאָך דאַמאָלט געהערשט דער אלטער מנהג פּורים בּײינאַכט אַנצוּצינדן גרויסע פייערן אויפן הויף און אריבער- שפּריננזן איבּער זיי. בּיי אים אין אויר פאראן דער מנהג אנצוצינדן ליכט ערב יום כפּור (דאָס היינטיקע ,,נשמה-ליבט'', --- פון רבּי אברהם הירחי איז אויך פא- ראן א פּירוש צו מסכתא כלה (געדרוקט טבריה תרס'ו) און פיר תשובות (אין אגנזי ירושלים'', ירושלים 1896).
אברהם סאַכאַטשעװער (189- 0). רבּי אנ למדן, געבּוירן 1859 פיי זיין פאָטער רבּי װאָלף, רב אין גרויס ביאלא. ער האָט חתונה געהאט מיט דער טאַכטער פון אלטן קאַצקער רבּי ר' מענדל, און יי ער שרייבּט אין דער הקרמה צו זיין ספֿר ,אנלי טל'', האָט אים זייז שנוער אריינגעפירט אין אמת'ן וועג פון תורה און חסידות. שוין אין זיינע יונגע יאר) איז רבּי אכרהם געווען בּארימט אלס גרוי- סער עילוי. אלס יונגערמאַן איז ער געװואַ- דן רב איז קרושניעוויץ, נאַכער אין נאַ- שעלסק און צום סוף אין סאָכאַטשעװ. וואן ער אין נגעשטאַובּן אין יאר 1910. רבּי אברהם האָט מחבּר געווען די הלכה ספ" רים ,, אגלי ט?'' און , אבני נזר''. ער האָט אויך אויסגעשטעלט א סך תלמידים. פיל פון זיינע חסידישע ווערטער זענען אָפּנע" דרוקט אין ,שיח שרפי קודש'' (ווארשא תרפּ"ח), וואו ער ווערט געבּראכט מיטן נאַמען ,אדמו''ר ז'"ל'" און דאָרט ווערן אויך דערציילט ספּוריימעשיות פון אים. -- רבּי אברהם האָט איבּערנעלאָזט א זױ רבּי שמואל, וועלכער איז געװאָרן רבּי נאָך אים. רבּי שמואל איז געשטאַרבּן אין ואר 1925. נאָך רבּי שמוא? אין געװאָרן
געלעבּט אַ
סאָכאַטשאַװער רבּי רבּי שמואל'ס זון רבי דוד (געוועזענער רב פֿון װישענראָד).
אברהם פון סלאַנים (1984-180).
גרינדער פון דער ראבּייאישער דינאַסטיע
אין סלאָנים; א תלמיד פון בּאקאנטן רבּי ר' משה קאָבּרינער; זיין דרך אין חסירות איז געווען צו דאוונען מיט גרויס התלה- בות. ער איז געשטאָרבּן אין יאר תרמ''ר (1884). א מאָנאַנדאפיע וועגן אים אין דערשינען אין ספר /,/אור ישרים".
אברהם פּראָכאָװניק. אין די אלטע יידישע לענענדעס אין פּױלן ווערס דער" ציילט, אַז אין 9טן יאָרהונדערט האַט. ייר מיטן נאַמען אברהם פּראָכאָווניק,. איינמאָל האָבּן די פּאַלאקן זיך צונויפגעזאמלט אין דער שטאָט קרן" שוויץ, כדי צו קלויבּן א מלד, און זיי האַ- בֹּן נישט נעקענט דורכקומען צווישן זיר וועמען צו וויילן. זיי האָבּן דעריבּער בא- שלאָסן, אז ווער עס װועט צומאַרגנס אין דער פרי דער ערשטער אריינקומען אין שטאָט, דער זאָל וֶוערן קעניג. צומאַרגנס אין דער פרי איז צופעליק געקומען אין שטאָט דער ייד אברהם פּראָכאַװניק. די פּאַלאקן האָנן אים באַלד אויסנעוויילט אלס זייע- מלך. אָבער אברהם פּראָכאָון- ניק האָט נישט אָנגענומען די קרוין און האָט זיי געראַטן צו וויילן אלס קעניג א געוויסן פּיאסט, דעמאַלט איז עס אַנט- שטאַנען אין פּוילן די קענילעבע דינאסטיע ,פיאסט'". -- וועגן דער דאָזיקער מערק- ווירדיקער לעגענדע איז זייער פיל גע- שריבּן געװאָרן. עס איז זיכער, אז דער נאָמען ,,פּראָכאַוניק'' איז צוגעגעבן גע" וואָרן אין שפּעטערדיקע צייטן, ווייל דא- מאָלט אין 9טן יארהונדערט האָט מען נאָך נישט געוואוסט פון דעם װאַרט ,.פַּראָך!' (, פּולווער'' אויף פּויליש). אָבער עס איז אויך אָנצונעמען, אז אין דער לע- גענדע איז פאראן א קערן פון היפטאָרישן
03 אברהם קאַליסקער---אברהם בן שלמה 04
אמת, און אז אין די גאָר אלטע צייטן, ווען די יידישע כוזרים האָבּן פארשפּרייט זייער ממשלה ביז אין די פּוילישע לענ- דער איז געווען א יידישער פ רשט מיטו נאָמען אברהם. דער היסטאָריקער מאַקטי- מיליאַן נומפּקאָװיטש (אין זיין בּוֹד ,דער אֶנְהוֹיבּ פון דער יידישער רעליניע אין פּוילן") האַלט, אַז דאָס יואָס מעו האָט געפונען אן אלטע מטבע אין פּולן מיט דער אויפשריפט אברהם, האט א שייכות מיט די כוזרים, און מיט יענעם לענענדארן יירישן פירשט אברהם. עס איז אויך פאראן א מיינונג, אז די לעגענדע פון אברהם פּראַכאַװניק בּאציט זיד צו די וואלן אויף א קענינ אין פּוֹילן אין יאר 9, ווען מעז האָט געזאָלט וויילן א פּו- לישן שליאכטשיץ אפראהאם זבּאַנסקי, און אז אין יענער צייט זאָל אויך האַבן אַנטשטאַנען די לענענדע, אז מען האָט אויסגעוויילט אויף איין טאָג אלם קענינ פון פּוילן רבּי שאו? וואהל פון בּריסק.
אברהם קאַליסקער רבּי אין 18טן יארהונדערט, פון די ערשטע חסידים אין ליטאָ, געשפּילט א גרויסע ראַלֶע אין דער געשיכטע פון. חסידות. רבּי אברהם קא'* ליסקער (פון דער שטאָט קאליסק) אין געווען צוערשט א תלמיד פון ווילנער נאון, דערנאָך אָבּער איז ער צוגעטרעטן צום חסידות און אין געװאָרן איינער פון די שאַרפסטע חסידים בַּיים רבין ר' בער (דער מגיד פון מעזריטש). ער האָט אויך געהאָט זיינע איינענע חסידים, וֶועלכע
מען האָט גערופן די ,קאליסקער'. עס
ווערט דערציילט ועגן זיי, אז זיי פלענן אריינפאלן אין אזא התלהבות, אז זי פלענן זיך אין מיטן דער נגאס זיך וואך- פן אויף דער ערד און קאַלערן זיד. זיי פלענן אויך אפּלאכן פון די מתננדישע לומדים. דאָס האָט נאָך מער פארשארפט די שנאה פון מתנגדים צוֹ חסידים. אין יאר תקל"ז (1777) איז רבּי אברהם קא-
ליסקער צוזאמען מיט דעם רבּין ר' מענדל פון װויטעבּסק אװעקגעפֿאָרן קיין ארץ-יש- רא? און האָט זיך בּאזעצט אין דער שטאָט טבריה, פון דאמאַלט אָן איז טבריה גע- װאָרן דער צענטר פון חסידות אין ארץ- ישרא?. רבּי אברהם קאַליכקער פלעגט אויך שרייבּן בּריוו פון ארץ ישראל קיין רוסלאנד און פּוילן צו די חסידים ועגן שיקן כולל-געלטער פאר דעם חסידישן ישוב אין ארץ-ישרא?, און אויך דברי חסידות. צווישן רבּי אברהם קאַליסקער און דעם גרויסן רבּי אין ווייס-רוסלאנד רבּי שניאור זלמן פון לאדי, דעם מחבר פון ''תניא!/, װוי אויד מיט אַנדערע רבּיים איז שפּעטער אױיסגעבראַכן א מחלוקה, אָבער צום סוף איז שלום געװואָרן צווישן זיי. --- פון רבּי אברהם קאליסקער זענען פאראן געדרוקטע חסידישע תורות אין ,חסד לאברהם'' (לעמבּערן 1858), װי אויך פֿי? בריוו אין סוף פון , פּרי-האַרץ"י, ;חבת הארץ'' וי אויך בּיבּליאַנראפישן זשורנאָל ,קרית ספר'' א' און ג'. רבּי אַברהם קאַליסקער איז געשטאַרבּו אין טבריה אין תקס'"ה (1805).
אברהם בּן שׁלמה פון טאָרוטיעל. היסטאָריקער, אין 16טן יארהונדרט. נע- בּוירן נעװאָרן אין יאר אין יאר 1489 אין שפּאניע, 10 יאר פאר דעם גרויסן גירוש- שפּאַניע, װאָס איז פאָרגעקומען אין יאר 2. אין גירוש האָט ער אלס 10-יאריק יוננל, צוזאמען מיט זיין פאָטער פאך- לאָזט שפּאניע און זיד באזעצט אין מאַ- ראָקאָ. אין יאר 1210 האָט ער געשריבן זייז היסטאָריש בּוך, װאָס איז אן ערנענ- צונג צום היסטאָרישען ,ספר הסבלה" פון ראב''ד. אין זיין בּוךר געפינען זיך
וווערטטולע ידיעות ווענן דער נעשיכטע
פון יידן פון 12טן יאַרהונדערט בִּיז נאַךר דער צייט פון גירוש-שפּאַניע, און ער ניט נגלייכצייטיק אן איבּערזיכט איבּער דער געשיכטע פון שפּאניע. א גרויס בּאדיו"
=
טונג האָט דאָס בּוך פאר דער פאַרשונג פון גירוש-שפּאניע: דער מחבר גיט אונז אין דעם בּוך וויכטיקע ידיעות ווענז די ארויסגעטריבּענע יידן און זייער גורל. איז טרויעריקע פארבן שילדערט אַברהם פון טאָרוטיעל די צרות, װאָס די ארויסגעטרי- בּענע יידן האָבּן גנעהאַט אויסצושטיין, און ער טרעט ארויס קעגן די יידישע נבי- רים אין שפּאַניע, װאָס אַנשטאָט זיד צן פאראייניקן סיט זייערע אומנליקלעכע בּרידער, האָבּן זיי זיר אויסגעשמדט. דאָס בּוך איז אָפּנעדרוקט מיט בּאמערקוננען אין דער העבּרעאישער איבערזעצונג פון נרעצעס יידישער געשיכטע ,דברי ימי ישראל'' חלק ז' צום סוף אין די בּאמער- קונגען פֿון דר. אברהם חאַרקאַװי ,, חדשים נם ישנים".
אבר ן אין חומש בראשית מ"א ווערט דערציילט, אז ווען האָט געמאַכט יוסף אלס משנה למלך אין מצרים, האָט אים דאָס גאַנצע פאלק גע- רופז ,אברך''. װאָס דער טייטש אין מון דאָזיקן װואָרט איז נישט קלאָר. נאָר אין דער שפּעטערדיקער העבּרעאישער שפּראד ספּעציעל אין די בּרייָו, װואָס מען פלענט שרייבּן איינער צום צווייטן, האָט מען בּאנוצט דאָס װאָרט ,אברך'' אלס יונגער- מאַן: די דאָזיקע דערקלערונג שטאַמט פוז מדרש, וואו רבּי יהודה זאַנט, אז דאָס מיינט מען ,אב בחכמה ורך בשנים" (אלט אין חכמה אוּן יונג אין יארן). טייל נעלערנטע מיינען, אז דערמיט האָט אַ שייכות דער גריכישער טיט? ,אַלאַבּאַר- כאס'', פינאַנץדפירער פון א לאנד. איז דעם דערמאַנטן מדרש צו בראשית זאַנט אויך רבּי יוסי, אז דאָס איז דאָס װאָרט ,לברכים!/, און דאָס זאָל מיינען ,;אלא- בּאַרכאָס'.
אבשלום זן פון דור המלר, אין תנ"ד (שמואל ב') ווערט דערציילט װווע-
פּרעה מלך מצרים
98 | אברד---אגג 96
גן אים פי? ספּורים, קודם-כל ווערט דער- ציילט, אז ער האָט געלאָזט טױטן זיין ּרודער אַמנון דערפֿאר, װאָס ער האט פארפירט זיין שוועסטער תמר. דערנאַך ווערט דערציילט װי אבשלום האָט זיך דערװואָרבּן פיל פריינט אין פאלק און אין מיליטער, און ער האָט אָנגעהױבּן א מל- חמה קענן זיין פאָטער דוד המלך. דוד איז געווען געצוואוננען צו אנטלויפן פון ירו- שלים און אבשלום האָט זיך דערקלערט אלס מלך. אבּער אין דער שלאכט איז אב- שלום געפאלן טויט, און דערמיט האָט זיך דער אויפשטאַנד געענדיסט. -- אין תנ'"ר (שמואל ב' יי"'ח) ווערט דערציילט, אז אבשלום האָט זיך געלאָזט אויפשטעלן א דיינקמאָל, װאָס ער האָט א נאַמען נעגעבז ;יד אבשלום''. נאַר החיינט געפינט זיר אין ירושלים אן אלטער דיינקמאָל, הויד 0 פוס, וואָס די טראדיציע רופט עס או , יד אבשלום'". אבּער וי די ארכעאַלאַנײ שע פאָרשונגען האַבּן כּאוויזן שטאַמט דער דאָזיקער דיינקמאָל פון די צייטז פון 9טן בית חמקדש און זאָל זיין דער דיינק- מאָל איבּער דעם קבר פון יידישן קענינ אַלעקסאנדער ינאי.
א אין תנ'"ד װוערט דערמאַנט עטלעכע מאָל דער נאָמען , אנג'" אלס א קעניג פון דעם פֿאָלק , עמלק, וואָס האָט עקזעס- טירט אין יענער צייט. דאָס ערשטע מאָל געפֿינען מיר אין דער שירה פון בלעם (במדבַּר כ''ד) ווענן יידן, אז ,,וירם מאַנג מלכו'" (,דער יידישער קעניג װעט דער- הויבן ווערן איבּער אנג''). אין ספר שמו- אל אִ' קאַפּיט? ט'"ו ווערט דערציילט, װי שאו? המלך האָט מלחמה געהאַלטן מיט עמלק און געפאַנגען דעם קעניג אנג, און ער האָט נעװאָלט רחמנות האָבּן אויף אים, און אים נישט טויטן, אָבּער שמואל הנביא האָט אים נגעטויט. ווידער אין מני- לת אסתר ווערט וֶועגן דעם יידן-פיינד- לעכן המן בּן המדתא דערציילט, אז ער איז
97 טגדה 98
געווען ,,האגני'' פון דער אנג-פאמיליע. עס איז פאראן א מיינונג פון נעלרנטע, אז אנג איז געווען דער טיטל פון אלע קעניגן בּיים פאָלק עמלק, פּונקט וי פּרעה איז מצרים און אבימלך בּיי די פּלְשתים. אנדערע ווידער מיינען, אז אנג איז געוועןז דער פאמיליע-נאַמען פון א קענינלעכער דינאַסטיע בּיי עמלק, און דערפון שטאמט דער אויסדרוק ,,האנני", דאָס הייסט ,פון דער אגנ-פאמיליע".
אנרת די נאַנצע משנה און נמרא אוו אויד מדרשים ווערן אייפנעטיילט אין צוויי טיילן, אין ,הלכה'' און ,אנדה". חלכה איז דער טייל, װאָס נעמט ארום אלע חלכות און דינים. דאקעגן מיטן וארט אנדה נעמען מיר ארום די אלע מאַמרים אין דער משנה, נמרא און מדרשים, ואס האָבּן מיט דער הלכה קיין שייכות נישט. וועגן הלכה זע ביים זוד-װאָרט ,, הלבה'. עס איז פאראן א מיינונג, אז אאנדה" שטאַמט פון דער אַראַמעאישער שפּראד,
פון װאָרט ,נגד'', װאָס איז דער טייטש
,,ציען!'. מעז װויל ברייננען דערצו א בא- ווייז פון דער נמרא אין יומא עה און אַנדערע ערטער , אנדה שמושכת לבּו שׁל אדם'' (די. אגדה ציט צו דאָס האַרץ פון מענש), וויי? די צוערער האָבּן שטענדיק געוואלט כּעסער הערן די זאפטיקע דדטו
ון דער אנדה אן אנדער מיינונג פון רא- פּאָפּאָרט און אַנדערע געלערנטע איז, אַז דאָס שטאַמט פון יואָרט ,הנד/, דער- ציילן, - וויי? אמייסטן דברי אנדה האָט מען אויך נישט בּאדארפן ,, לערנען'' מיט די צוהערער, נאָר עס איז גענוג געווען זי צו ,,דערציילן". עס איז אויך פאראן א מיינונג, אז דאָס װאָרט שטאַמט פון דעם אַלטן אויסדרוק, װאָס מיר נעפינען אין די הלכה-מדרשים ;,מגיד הכתוב'' (דער פּסוק לערנט אונז"). -- פון א סדך ער- טער אין דער גמרא אין צו זען, אז עס זענעז געווען ספּעצי? חכמים, וואס האַבז
זיר פארננמן מיט אֲנדה, און זיי האָבּן געהייסן ,רבנן דאנדתא'' (ירושלמי יב- מות פּרק ד'), אָדער ,בעלי אנדה'". אין די צייטן פון דער משנה און נמרא האָט מען נישט געשריבּן קיין שום הלכח-זאכז אוי. קייז ספר, צוליב דעם דין, אז די ,,תו"
רה שבע? פַּה'" דארף געלערנט ווערן נאָר
אויף אויסװוייניק, פונדעסטװענן האט מען מאַמרים פון אגדה יא אויפנעשריבּ, און זיי זענען געווען בּאקאנט מיטן נאַ- מען ,,ספרי דאגדתא'! (אנדה ספרים). אין דער נמרא שבועות מ'ז ווערט געזאַנט, אז ספרי דאנדתא געהערן צו די ג,דברים העשויין ?השאיל ולהשכיר'' (זאכן, װאָס מענשן בּאָרנגן אָדער פארדינגען איינער צום צווייטן). אין דער גמרא סנחדרין נ""ז ווערט דערמאַנט א ,ספר אנדתא דבי רב" (אן אנדה ספר פון רב'ס ישיבה), איז
| וועלכן עס איז אויך פֿארשריבן געווען א
חלכה. עס זענען אָבֹּער נעווען אין די צייטן פון דער נמרא טיי? אמוראים, װאָס זענען געווען קענן די דאָזיקע אנדה- ספרים. דער אמורא רבּי יהושע בּן לוי זאנט אין ירושלמי שבת פּרק ט'ז: , הדא אנדתא הכותבה אין לו חלק'! (די דאַזיקע אנדה-ספרים, וֶוער עס שרייבּט זיי װועט נישט האָבּן קיין חלק לעולם הבאַ). -- אום אלגעמיין איז די אנדה געהאַלטן גע- װאָרן זייער הויך שוין אין די צייטן פוז די תנאים. די עטיש-מאראלישע לערן פון דער אנדה, די פילאָזאַפישע מיינוננעו, װאָס זענען ארוױיסגעזאַנט געװאָרן אין אז אלענאָרישן לבוש אין פיל מאַמרי-אנדח, האָט מען שוין דאמאָלט געהאַלטן פאר א װיכטיקן טייל פון דער יידישער לערע. אין ספֿרי ,עקב'' ווערט געזאַנט ,,רצונד להכיר את מי שאַמר והיה העולם למוד אנדה'' (וילסט דערקענען דעם, װאָס דורד זייז װארט איז די וועלט בּאשאפן
געװאָרן, דאָס הייסט גאָט, לערן אנדה).
אַבֶּער אין יענע צייטן האָט מען אויך נע-
99 אגדה
האַלטן, אז די הלכה איז פאר די תלסידו" חכמים, װאָס זיצן און לערנען אוז קאַנען אריינדרינגען אין די פּלפּולים פון דער הלכה, דאַקעגן די אנדה מיט אירע לייב- טע משלים און פּאָעטישן אינהאַלט איז צונעננלעכער פֿאַר דעם בּרייטן המוזדעם. אין דער גמרא סוטה מ' זאָנט דער אמורא ר' אבהו, אז ווער עס לערנט הלכה מיט דעם עולם איז גלייך צו איינעם, װאָס פארקויפט טייערע איידל-שטיינער (אב- נים טובות), װאָס נישט יעדער איז א מבין אויף זיי, און דער, װאָס לערנט אנדה איז ענלעך ,,למוכר מיני סדקית" (צוו איינעם, װאָס פארקויפט נױטיקע אַבּער ביליקע זאכן), װואָס אלע ועלן עס קויפן. אין מדרש שיר השירים פּרשה ב' ווערס נעזאָנט, אז אין די שווערע צייטן ,,מבקשין לשמוע דבר אגדה,/, ויל מען הערן אגדהווערטער, װאָס זענען לייבט און אנטהאַלטן טרייסט-ווערטער, די אנ- דה האָט נגעהאט אירע מעטאָדן, מידות, מיט וועלכע זי האָט זיך בּאמיט אויסצו- טייטשן די פּסוקים אין תנ'"ד. עס זענען בּאקאנט די 82 /,מידות'' פון תנא רבּי אליעזר בנו של רבּי יוסי הנלילי (חולין פ'"ט). איינע פון די דאָזיקע הויפּט-מע- טאָדן איז דער ,,משל'!, די אלעגאָריע. דאס איז א שיינע, קורצע סיפּוריהמעשה, װאָס דאדורך קאָן מען בּעסער אויפקלערן דעם ענין. דער מדרש אין שיר השירים (פּרק א') זאָגט ווענן משל, אז דורך דעם משל קאָן מען פארשטיין זאכן פון דער תורה; דער מדרש ניט באלד דערויף אויך א משל, אַ מלך האָט פאַרלוירן אַ טייערע פּער? אין שטובּ, האָט ער איר גענומען זוכן בּיי א ליכטעל, װאָס קאָסט נישט מער װוי א פּרוטה. אזוי איז אויך די מע- שה פון משל, הגם די מעשה אליין אין א קלייניקייט, אֶבּער דורך איר קען מען פארשטיין די טייערע פּערל, די דברי תו" רה. די משלים, װאָס זענען צעװאַרפן אין
100
די אגדח-מאַמרים אין דער גמרא און מך" רשים, זענען פיינע שאַפוננען פון דער אַמאָליקער יידישער פאָלקס-ליטעראטור. טייל נעלערנטע פאַרשער האָבּן נעפּרובט פונאַנדערטיילן די פארשיידענע אנדה- מאַמרים אין פארשיידענע אָפּטײלונגעו. זיי נעמען ארום פאַלנענדע זאכן: 1) היס- טאָרישע פאקטן אוו לענענדעס. דאָס גע" פינט מען אין דער אנדה זייער פיל, די מעשיות אין דער גמרא גטין נ"ו ועגו חורבּן ירושלים און דער מלחמה פון בר- כוכבא, די זעלבּע מעשיות פון יענע ציי- טן אין מדרש איכה. דער ספּוריהמעשה אין דער נמרא קדושין ס'ו ועגן ינאי המלך און זיין מלחמה קעגן די פּרושים, וי אויך די פֿארשיידענע אנדערע היס.- טאָרישע נאַטיצן, װאָס זענען פארצייכנט אין מגילת תענית און זענען צעװאַרפן איבּער דער נאנצער גמרא און מדרשים, -- דאס זענען אלץ ווערטפולע היסטאַ- רישע ידיעות, װאָס האָבּן זייער א גרויסו היסטאָרישן ווערט. צו זיי קאָן מען צן- רעכנען פארשיידענע היסטאָרישע לעגענ- דעס, װאָס זענען פאראן אין דער נמרא און מדרש, די אַלֶע אגדות וועגן אדם הראשון, די אבות, משה רבנו און אַנדערע היסטאָרישע פּערזאַנען, װוי אויד די פאר- שיידענע מופתים פון א סך צדיקים, די מעשה פון חוני המעגל, װאָס איז נעשלאַפן 0 יאר (תענית כ"ג) און אנדערע. 9) טפֿאָלקס-מעשה'ס, אין וועלכע עס איז פאראן נאנץ אפט באַהאַלטן א טיפער געדאנק. צו זיי נעערן די בארימטע מעשיות פון רבה בֹּר בר חנא אין דער גמרא בכּבא בכתרא ע'ג, זואו עס ווערן דער" ציילט די. נוזמאות פון אומנעוויינלער גרויסע נאַטור-בּאשעפענישן, און אנדע- רע ענלעכע שטעלן אין דער גמרא און מד- רש. וועגן די דאָזיקע פאָלקס-מעשיות אין דער נמרא זענען געשריבּן געװאָרן אַ ריי בּיכער דורך די געלערנטע שאַצקעם
101
(,, המפתח''), דובּזעוויטש, װאָלמאַן (,,מס- תרי אנדה'') װאָס בּאַמיען זיך צו דערקלערן די געדאנקן און דעם זין, װאָס איז אין זיי באַהאַלטן. 2) עטיש-מאָראלישע לערן. אזעלכע זענען פאראן אין די אגדות זייער פיל. זיי נעמען ארום די אלע דברי-מוסר, װאָס פון זיי בּאשטייט די עטיק פון יידנ- טום. דאָס זענען די לערן קעגן כעס און נאוה, און אז מען דארף געבּן צדקה, זיך פארהאַלטן גוט צו מענשן, נישט נאָכי יאנן זיך נאָך כבוד און פארמעגענס. בי דאָזיקע אנדות ענטפערן אויף דער פראנע, ואס איז דורך די תנאים געשטעלט גע- װואָרן אין צווייטן פּרק פון פּרקי אָבות: ,איזה חיא דרך ישרה שיבור לו האַדםל" וועלכער איז דער גלייכסטער ועג, װאָס דער מענש זאָל זיך אויסוויילן? און זיי ענטפערן: ,כל שהיא תפארת לו מן עושיה ותפארת לו מן האַדם', (אלץ, ואס מאַכט דעם מענש שיין אין די אוינן פון זיד זעלבסט, און שיין אין די אױינן פוז מענשן. א חוץ אין פּרקי אבות, זענען די דאָזיקע עטיש-מאָראלישע לערן און דברו- מוסר אויך פונאַנדערגעװאָרפן איבּער אלע מאמרי אגדה. 4) לעבנס קלונשאַפט, דאָס זענען ווערטער און לערןז, װאָס ווייזן וי אזוי זיד צו פירן אין לעבן, די פילאָזאַפיע פון לעבּן. צו דעם סאָרט געערן אזעלכע ווערטער, װאָס ווערן אין דער גמרא טייל- מאָל בּאַצײיכנט מיט די ווערטער ,היינו דאמרי אינשי', דאָס הייסט די וועלט זאָנם אַזױ און אזוי (בּבא קמא צ'ב). אַממײסטן זענען זיי געשריבּן אין דער אראמעאישער שפּראך, װואָס אין דא- מאָלט נעווען די אומגאַננס-שפּראך פוז יירישן פאָלק. אזעלכע ווערטער זענען למשל די שפּריך-ווערטער ,אתתד נוצא גחון ולחוש לה'' (אויבּ דיין פרוי איז קליין בויג זיך איין און רוים איר איין), דאָס הייסט, אז אפֿילן דיין פרוי שטייט נידבי" קער פון דיר, דארפסטו איר פארטרויעז
טגדה
102
דיינע זאכן. אזא סאָרט לעבנספילאַזאַ- פיע צוזאמען מיט א משל.. געפינען מיך אין מדרש קהלת ה' אויפן פּסוק ,כאשר יצא אִדֶם מבטן אמו'' (װי דער מענש גייט ארויס פון זיין מוטערס בּויר, דאָס הייסט נאַקעט), זאָנט דער אמורא גניבא, אז דאָס איז נענליכן צו א פוקס, װואָס האָט געפונען א ווייננאָרטן ארומגעצוימט פון אלע זייטן. אין דעם צוים אין געווען א לאָך, אָבּער דער פוקס האָט נישט געקענט אדורכקריכן דורך אים אין נאָרטן אריין, וויי? דאָס לאָך איז געווען צו שמאָל. דער פוקס האָט דעריבּער געפאסט דריי טענ, כדי ער זאָל ווערן מאַגערער און קאַנען אריין. נאָך די דריי טעג איז ער ווירקליד אריין אין גאָרטן און ער האָט זיך דאָרט אַנגעגעסן מיט וויינטרויבן. אָבער ווען ער האָט געװאָלט צוריק ארויס דורך דעם לאָך, האָט ער געזען, אז דורך דעם עסן די וויינטכויבּן איז ער ווידער צוריק דיק געװאָרן, און דאָס לאָך איז ווידער צודענג. דער פוקס האָט דעריבער נעמוזט פאסטן ווידער דריי טעג, כדי צוריק מאַנער צו ווערן און צו קאַנען ארויס פוז דאָרט, אזוי איז אויך, זאָנט דער מדרש מיטן לעב מען קומט אַריין מיט נאַרנישט און מעז גייט אוועק מיט גאַרנישט. צו דער אִמ- טיילונג רעכענען טייל צו אויך פאַלקלאַר, סנולות, רפואות. 5) מיסטיק און פילאַזאַ- פיע. דאָס געפינט זיך אין די אנדוח פוז דער גמרא וינציקער, אָבער זיי זענען פאראן. אין דער משנה חנינה פּרק שני ווערט דערמאַגט צוויי געהיימע לערן: .מעשה בראשית'' און ,, מעשה מרכבה". די גמרא ערקלערט דאָרט, אן , מעשה בּראשית'' מיינט מען וֶועגן דער אנט- שטייאונג פון דער וועלט, און , מעשה מרכבה'' זענען וועגן הימלישע זאכן. אין אַנדערע ערטער אין דער נמרא ווערט נע- רעדט װעגן הייליקע /ישמות), װאָס ווייזט, אז עס איז דאמאַלט געווען א גע-
109
היימע לערע. 6) דרשות אויף פּסוקים פון תנ'"ד. דאָס זענען איינטייטשונגען אי פארשיידענע פּסוֹקים פון תנ"דר. טיל- מאל זענען די איינטייטשוננען לויט דעם איינפאכן פּשט, און די גמרא זאָגט דע- רויף ,,אין מקרא יוצא מידי פּשוטו'' (יע- דער פּסוק האָט קודם כל זיין איינפאכן פּשט), און טיילמאָל זענען די איינטיי- טשונגען על פּי דרש, דאָס הייסט, דער | בּעל-אנדה זוויל אָנוִוייזן, אז דער פּסוק האָט מכוון געווען אויך צו נאָך א געדאנק. מען דארף בּאמערקן, אז אויך די דאַזיקע פונאַנדערטיילונג פון די מאמרי אגדה איז נישט קיין גאַנץ גענויע. מען קאַן אָנ- ווייזן אויף נאָך אנדערע סאַרטן אנדות. אָבּער דאָס זענען די הויפּט-ענינים פון די אנדות. די מיינוננען וועגן דער אנדה זענען צווישן די גרויסע יידישע חכמים אין די צייטן נאָכן תלמוד געװוען פאר- שיידען, ווייל א סך אנדות אין דער נמרא און מדרש זענען פאַרנעקומען וואונדער- לעך און אונפארשטענדלער. אזוי, למש5, האָט דער מפרש פון דער נמרא, רבינו משה בּן נחמן .דער רמב''ן'" (13טן יאר- הונדערט) ערקלערט אין זיין ויכוח ,,מל- חמת חובּה'' מיט די קריסטלעכע נלחים, אַז מען איז נישט מחויב צו נלויבן אין די אנדות. אויך דער רמב'"ם (19טן יאך- חונדערט) אין זיין יד החזקה'' הלכות מלכים פַּרק י"בּ זאָנט וועגן די אנדות: ,ולא ישימם עיקר, אז מען דארף זיך אויף זיי נישט פֿארלאָזן. דער אבזדעזרא (19טן יארהונדערט) זאָגט אין דער הקדמה צום פּירוש צו מנילת איכה, אז ,והמדר- שים כמלבּושים, -- מהם כמשי דקים ומהם עבּים כשקים'' (די מדרשים, די אן- דות, זענען וי מלבּושים, טייל זענען דין וי זיידנס אָון טייל זענען וי דיקע זעק). דערפאר זענען ארויסנעטרעטן צו פאר- טיידיק!/ די אנדות די שפּעטערע פּערזענ- כעכקייטן. די אנדה איז אויך זייער א
אגדה
104
וויכטיקער קװואַל פון ידיעות פאר דער פאָרשונג פון יידישן פאָלקס-לעבו אין די אַלטע צייטן, דער יידישער פאַלקלאַר פון די צייטן פֿון דער גמרא. די אנדה האָט אויך געהאָט א קאַלאָסאַלן איינפלוס אויף דער אויסבילדונג פון פארשיידענע גלוי- בונגען בּיי די יידישע פאָלקס-מאַסן אין פארלויף פון עטלעכע טויזענט יאר, די אנדה איז געווען, -- װוי עס זאָגט דער יידיש-דייטשער דיכטער היינריך היינע אין זיין ליד ,יהודה בֹּן הלוי'', -- דער לוסט - גאָרטן,, אין וועלכן די יידישע פאַלקס-נשמה, אננעווייטיקט אין פּין און ליידן, האָט שפּאצירט דורות לאנג און איינגעזאפּט אין זיך איר גייסט און פּאָעזיע. פאר דעם פאָלקס-יידנטום האָט די אנדה געהאָט די וויכטיקסטע בּאדיי- טונג. די אנדות פון דער גמרא בּבלי זענעו צונויפנעזאמעלט נעװאָרן אין א בּאזונדער ספר ,עין יעקב'; ווענן דאָזיקן ספר זע בּיים זוד-וואָרט ,,עין יעקב'. די אגדות
פון תלמוד ירושלמי זענען צונויפנעזא-
מעלט נעװאָרן אין די ספרים ,כפתור ופרח'' (אַמסטערדאם 1109), ;אגדות ירושלמי'' (דערשינעז ווילנאָ 1868), נאַר איין העפט מיט פּירושים) און ,בניז ירן- שלים'' (ווארשא 1804). א חוץ די אנדות אין בּבכלי און ירושלמי זענען פאראן די אנדות אין די פארשיידענע , מדרשים". וועגן זיי זע בּיים זוד-װואָרט ,,מדרשים". אוֹיף דער יידישער שפּראך זענען אד פילמאָל איבּערגעזעצט נעװאָרן די אגדות. א גרויסע זאמלונג פון די אנדות אוֹיף יידיש אין פאראן אין דער בּאקאנטער ;צאינה וראינה!!, וװועגן וועלכער זע בּיים זוכװאָרט ,, צאינח וראינה''. אין די לעצטע צייטן איז א נרויסער טייל אנדות דער- שינען אין יידיש (,די יידישע אנדות") פון ח. נ. בּיאליק און י. ח. ראווניצקי. די אנדות פון דער גמרא און מדרש זענען איבּערגעזעצט געװאָרן אויך אין אנדע-
108
רע שפּראכן. -- וועגן דער אנדה זענען געשריבּז נעװואָרן פי? בּיכער אין א סך שפּראכז. א וויכטיקע אָפּהאַנדלונג איבּער דער אנדה קאָן מען געפינען אין ,,ערר מלין'" פון ראַפּאָפּאָרט. פון די ערנסטערע בּיכער מיט אָפּהאַנדלונגען וװוענן דער אג- דה איזן צו פארצייכנען: הרב חיות: ,,מבוא התלמוד'; קראָכמאַ?: ,, מורה נבו- כי חזמן'; ווייס: ,דור דוֹר ודורשיו" חלק ג'. פון די נייערע ווערק איז צו פאר- צייכנען באַכער; ,אנדות התנאים'' (אין העבּרעאיש) וי אויף די אנדערע וערק זיינע וועגן די אנדות פון די אמוראים. עס זענען פאראן נאָך פי? אנדערע ספרים און בּיכער וֶועגן אנדה, נישט נאָר אט העבּרעאיש, נאָר אויך אין אַנדערע שפּראַ- כז. א גרויסע זאמלונג פון דער אנדח איז דערשינען פון ביאליק:ראווניצקי /:ספר האנדה"
אנודת ישׂראל נאמען פֿון דער אל- וועלטלעכער אַרגאניזאַציע פון אַרטאָדאָק- סישע יידן, װאָס איר ציל אין צו פאך- שטאַרקן דאָס פרום-רעליגיעזע יירישקייט. געגרינדעט אויה דער קאָנפערענץ אין דער שטאָט קאַטאַװיץ אין סיון יאר 1919 (תרע''ב). די ערשטע פירער פון דער אנו- דת ישרא? זענען געווען רבּי חיים סאַלאַ- ווייטשיק (רב אין בּריסק), רבּי יצחק איי- זיק הלוי (מַחבּר פון היסטאָרישן וויסנ- שאַפטלעכען ספר ,דורות הראשונים"), הרב ד'"'ר שלמה בּרויער (רב פון דער אר- טאָדאָקסישער געמיינדע אין פראנקפורט), יעקב ראַזענהיים. אין יאר תרפ ג חודש אלול איז פאָרנעקומען אין ווין דער קאָנ- גרעס פון דער אנודת-ישראל, מיטן נאַמען כנסיח גדולח''. נאָך דעם קאַנגרעס זענען געשאַפן געװואָרן לאנדעס-אַפּטײלוננען פון דער ארגאניזאציע אין פּױלן, צפון-אמע- ריקא, עננלאנד, ליטאָ. לאָטװויא, רומע- ניע, בעלגיע, האָלאַנד, שווייץ, טשעבאַ- סלאוואקיע, פראנקרייך. עס זענען אויך
אגודת ישראל---אגור
106
אַנטשטאַנען יוננדלעכע אָפּטײלוננען פוו דער אַרגאניזאַציע מיטן נאַמען ,צעירי אנודת ישרא?', און אויך ארבייטער אִפּ- טיילוננען ,, פּועלי אנודת ישרא?,, וױ אויך אן אָפּטײילוננג פאר פרויען ,בנות אנודת ישרא?'". די אגודת ישרא? האַלט אויס אין א ריי לענדער (אויך אין ארץ ישראל) איינענע תלמוד תורות, שולן פאר מיידלעך און לערעריןדסעמינאריומם. די אגודת ישראל האָט אוידך פּראַקלא- מירט דעם ,דף יומי'', דאָס הייסט, אַלע מיטנלידער פֿון דער ,;אנודת ישרא?ל'' לער- נען יעדן טאָג דעמזעלבּן דף נמרא, אֲנהוי" בּענדיק פון אָנהויבּ ש''ס.
אנודת החסופרים העכרים (פאראייז פון העבּרעאישע שריפטשטעלער). געגרינ- דעט אין ארץ ישראל אין יאר תרמ א (1991), בַּיים פאראיין עקזיסטירט אויך א העבּרעאישער פּעז-קלובּ, וועלכער איז א טיי? פון דער אלוועלטלעכער ,פּען- אָרגאניזאציע. דער פאראיין האָט צוערשט אַרױסגעבּן אַלס זיין אַרֹנאַן די װאַכנ- שריפט ,כתובים'' און פון יאָר 129 די ;מאזנים'".
אנורת הרבּנים -- זע ארבנים""
אָנוֹר בּן יסה אין ספר משלי קאַפּיט? ?' ווערן געבּראכט א נאנצע ריי ווערטער, און אין אֶנֹהוֹיבּ פון קאַפּיט? ווערט נע" זאָנם, אז דאָס זענען ,דברי אנור בּן יקה המשא!' (די ווערטער פון אגור בן יקה, המשא). דער מדרש תנחומא (וארא ה') יל זאָנן, אז מיט דעם נאָמען אנור בו יקה'' מיינט מען אויד שלמח חמלד, װעל- כער האָט נגעשריבן אויך די שנדערע קאז פיטלעך פון משלי. טייל געלערנטע האַָלֿ- טו, אז דאָס איז געווען דער נאָמען פון א משלים-שרייבער אין די נאָר אלטע צי- טן. עס איז פאראן א מיינונג, אן אזי יוי אין חומש בראשית כ"ח ווערט דער- ציילט, אז ישמעאל, דער אור-פאָטער פוז
107
די אראבישע שבטים, האָט געהאט א זן משא, איז מעגלעך, אַז אָנור בֹּן יקח המשא האָט געשטאַמט פון יענעם האַלבּ ארא- בּישן שבט, יואָס האָט אויך גערעדט א שפּראך ענלעך צו העברעאיש און זיינע שפּריכווערטער זענען אריינגענומען גנע" װאָרן אין ,, משלי''. דער געלערנטער טאַר- טשינער האַלט, אז דאָס דאָזיקע קאַפּיטל ל' שטאַמט פון לאנד אדום, און די ווער- טער אין קאַפּיט? דערמאַנען אַבּיס? ווער- טער פון ספר איוב, ואָס איז אויד פאַר- פאסט געװאָרן דורך די חכמי אדום, זע נען אן איבּערבלייב פון דער אלטער אדום לויטעראטור. -- אין דעם דאָזיקן קאפּיטל וִוייזט אָן אָנור בּן יקה אויף דער אונבא- קאָלפנקייט פון מענש אין פארגלייד מיט דער גטטלעכקייט און נאַטור-קרעפטן. ער זאָגט: ,,מי עלה שמים וירד? מי אסף ריח בחפניו??' (ווער איז ארויף אין הימל או! איז אראפ צוריק, ווער האָט אין זיי- וע הענט געזאַמלט ווינט?) דאָ איז אויך פאראן דאָס קלונע װאָרט פון לעבנס-ער- פארונג: ,,ראש ועשר אל תתןז לִי חטדיפני לחם חקי'' (גיב מיר נישט ארימקייט און נישט רייכטום, ניבּ נאָר מיין בּרויט). אין זעלבן קאַפּיט? איזן אויך אָנגעויז אויף דער פיינער אַרדנונג און פלייסו- קייט בּיי די קליינע וװוערעמלעך-בּאַשעפע- נישן, די מילבּן, היישעריקן. בכלל צייכנט זיך אויס דאָס דאָזיקע קאַפּיטל מיט קלן- נע װוערטער, נגענומען פון דער נאַטור און לעבּן.
אנילאר נרייס. (1847-1916). ייריש- ענגלישע שריפטשטעלערין, געשטאַרבּן זייער יונג, אין עלטער פון 81 יאר. אירע עלטערן האָבּן געשטאַמט פֿון ,אַנוסים" פון פּאַרטונאָל. אין דער פאמיליע זענען פאַרבּליבּן די טרויעריקע זכרונות פון יענע פירכטלעכע צייטן אין פּאַרטונאל, וֶוען אירע זיידעס האָבן נעמוזט זיך פאר- שטעלן פאר קריסטן און אין געהיים אִפּ-
- אגילר---אגריפט
108
היטן די יידישע אמונה. אויפן גרונט פון . די דאָזיקע זכרונות האָט די יוננע טאַ- לאנטפולע גרייס אגילאַר אָנגעשריבן איז ענגליש איר בארימטע דערציילונג ,,דהי וועיל אוו סעדארס'' (דער טאָל פון צע- דערבוימער), װאָס איזן שפּעטער איבּער- געזעצט געװאָרן אין פיל שפּראַכן, או אויך אין העברעאיש פון א. ש. פריך- בּערג ,עמק ארזים''. אין דער דערציילוננ ווערט געשילדערט די מסירת נפש פון די אַנוסים, װואָס האַבּן זיך נעאַפּפערט פאר דער יידישער רעליניע. גרייס אנילאַר האָט געשריבּן אין עננליש נאָך א דיי אן- דערע דערציילוננען און לידער און אויך א בּוֹך ,דהי ווימען אוו איזראע?"" (די פרויען פוז ישראל), בּילדער און געשטאַל- טן פון יידישע פרויען אין תנ''ד. זי האָט אויך געשריבּן א ,,נעשיכטע פון יידן אין עננלאנד'', אלע אירע ווערק זענען דער- שינען אין לאַנדאָן יאר 1861 אין א זאמ- לונג פון 8 בּענדער. דער ענגלישער שריפטשטעלער און היסטאָרישער ראַ- מאַניסט וואלטער סקאָט האָט אין זיין היסטאָרישער דערציילונג ,אייוואנהאָע'" גענומען גרייס אַגילאַר אלס טיפּ פון זיין אידעאליזירטער יידישער העלדין רבקה.
אנענ ז, יידישע -- זע ,, ציוניזם"" אַנדאַנאַמיע -- זע ,לאנדווירטשאַפט.
אנריפס המלך (אויך אנריפּא). יידי- שער קעניג אין דער צייט פארן חורבּן פון 9טן בּית המקדש; מען האָט אים נע- רופן ,;אנריפּס דער ערשטער', כדי אים אונטערצושיידן פון זיין זוֹן, אאגריפּס דער צווייטער''. אגריפּס איז געבּוירן נע" װאָרן 10 יאר פֿאר דער אָנגענומענער צייט-רעכנונג, דאָס הייסט 80 יאר פארן חורבּן פון 9טן בית המקדש. -- אגריפּס המלך איז געווען איינער פון די נרעסטע קענינען, װאָס אין געווען ביים יידישז פאָלק. -- פון א נאנצער ריי משנה-אוז
109
נמרא-ערטער איז צו זען, אז אויך די יידן האַבן זיך בּאצוינן מיט סימפּאַטיע צו אנ" ריפּס המלך, הנם ער האָט נעשטאַמט פון דער פארהאסטער חורדוס-פאמיליע. אין דער משנה סוטה פַּרק ז' ווערט דערציילט, אז אגריפּס האָט צום סוף פון שמיטה-יאר געלייענט אין ירושלים די פּרשה אין דער תורח, וואו עס וֶוערט געזאַנט די אלע מצ זות, װאָס א מלך דארף מקיים זיין. ווען ער איז צוגעקומען צום פּסוק ,לא תוכל לתת עליך איש זר'' (דו זאַלסט נישט מאַכן פֿאר א מלך א פרעמדן מענש), האָט ער געוויינט, ווייל ער האָט זיד דעך- מאַנט, אז ער שטאַמט אִפּ פון דער גרים- פאמיליע פון אדום. אָבּער די יידישע הב- מים האָבּן אים נעטרייסט און געזאַנט: ,אחינו אתה'' (דו ביזט אונזער בּרודער), וויי? פון דעה אַנדערער זייט האָט ער גע" שטאַמט פון דער חשמונאים פאמיליע. אָבּער טייל חכמים זענען נישט צופרידן געווען דערפון, -- זאָגט דאָרט די גמרא, --- ווייל זיי האָבּן געזען אין דעם א חניפה צו אנריפּס המלך. -- אין דער משנה בכו" דים ג' וֶוערט דערציילט, אז אנריפּס המלך האָט מקיים נעווען די מצוה פון ביכורים (כרייננן אין בית המקדש די ערשטע תבואה און פרוכטן), און הגם ער איז גע" וועו מלך, האָט ער דאָך אליין געטראַגן אויף זיינע אסס? דעם קויש מיט די בי- כורים. -- די קענינלעכע הערשאַטט פוו אנריפּס איבּער ארץ-ישרא? האָט נישט לאנג געדויערט, אינגאנצן דריי יאר. אבּער אין פארלויף פון דער דאָזיקער קורצער צייט האָט ער געלאָזט ארומרינלען ירו- שלים סמיט א שטאַרקער פעסטונג-מויער, די אזוי-גערופענע ,דריטע מויער,,, וואם איז אבער ניט געענדיקסט געװאָרן. אנריפּס האָט געשלאָסן א בונד-פּרײינדשאַפֿט מיט א גאַנצער ריי מלכים אין אזיע און אן- דערע שכנותדיקע לענדער. דאָס אין נע- ווען צוליבּ פּאַליטישע צוועסן; מען דיינקט
אגריפס
110
אז אנריפּס האָט פאראויסנעזען, אַז רוים װועט ועלן איננאנצן פארקנעכטן, ארץ- ישראל און ער האָט דעריבּער זיך צונע" גרייט, -- דורך אויפשטעלן די פעסטונג- מויער ארום ירושלים און דורך די פריינד- שאפט מיט די אַנדערע קלענערע מלכים, -- צו אַן אַנטשײדנדער מלחמה קעגן רוים. אָבּער פּלוצלונג, אין יאר 44 נאד א נרויסער פארוויילונג אין דער שטאָט קיסרין (צעזארע) בּיים ים אין ארץדישרא? איז אנריפּס קראנק געװאָרן און אין זעל- בּו טאָג נעשטאָרבן. פאראן א מיינונג, אז רוימישע מיליטער-לייט האָבּן אים פארסמט, כדי ער זאָל נישט קאַנען דורב- פירן זיינע בּאַפרייאוננספּלענער קעגן רוים. -- אנריפּס האָט איבּערנעלאָון א זון, אנריפס דעם 2טן, וועלכער איז געווען דער לעצטער הערשער אין ארץ-ישראל און אין זיין צייט איז פאַרנקומען דער חורבּן ירושלים, וי אויך דריי טעכטער, װואָס איינע פון זיי בּערעניקא איז געװאָרן בּאקאַנט דורך איר ליבּע מיט דעם שפּע- טערדיקן רוימישן קייזער, דעם עראָבּערער פון ירושלים, טיטוס. פון אגריפּס זענען געבליבּן אויך מטבעות, אויף וועלכע עס זענען פֿאראן אויפשריפטן אין דער גרי- כישער שפּראַך: ,דער גרויסער קעניג אנ" ריפּ, דער פריינט פון קייזער".
אגריפט מאַרקוס יוליוס (אַגריפּא). דער לעצטער יידישער הערשער אין ארץייש- ראל, בּאקאַנט מיטן נאָמען , אגריפּס דער פ-טער"". אין זיין צייט איז פאָרגעקומעז די גרויסע מלחמה צוישן יידן און דער רוימישער אימפּעריע, װאָס האָט זיך גע- ענדיסט מיט! חורבּן פון ירושלים און פוז פטן ביתזהמקדש אין יאר 70, אנריפּס אין
געווען דער זון פון קעניג אַגריפּס דעם
ערשטן, און איז געבּוירן געװאָרן אין יאר 7 ער האָט בּאקומען זיין דערציהונג אין רוים. ווען דער פאָטער דער קעניג אין גנעד שטאַרבז אין יאר 44, אין אנריפּס געווען
111
יונג און אוסדערפארן. וען אַגריפּס איז אויפגעװאַקסן, האָט ער בּאקומען דעם טיט? קעניג, אָבּער נישט פֿון ארץדישראל, נאָר פון א ריי גענענדן אין עבר הירד, און נאַכער אויך אַ טיי? פון צפו-ארץ- ישרא?, װוי די שטאָט טבריה און אנדערע שטעט ארום. אנריפּס האָט פּונקט וי זיין פאָטער, זיך בּאמיט עפנטלעך אפּצוהיטן די יידישע רעליגיע. אָבּער אין אלנעמיין איז ער געווען ווייט פוז יידן און איז נע- ווען נענטער צום רוימישן לעבּ; ער אין געשטאַנען אויף דער זייט פון רוים אין דעם קאמף קעגן יידן. אין זיינע צייטן איז עס אױיסנעבראַכזן אין ירושלים דער אוים- שטאנד פון די אונטערדריקטע יידן קעגו דער רוימישער הערשאפט. יֶוען דער רוי- מישער מיליטער-פירער און שמפּעטערדי- קער קייזער וועספּאזיאן (אספּסינוס) און נאַכער זיין זון טיטיס האָבּן געקעמפט און נאכער דעראָבּערט ארץ-ישראל, האָט אַגריפּס, אלס נעטרייער פריינט פון דער רוימישער אימפּעריע, זיי געהאַלפן מיט מיליטער צו בּאדריקן זיינע בּרידער. אין דער צייט פון דער מלחמה פלעגט אגריפּס אויך ארויסטרעטן מיט רעדעס צו די יידן, אז זיי זאָלן זיך אונטערגעבן דעם רוימישו מיליטער. נאָך דער מלחמה און דעם חורבּן ירושלים איז אגריפּס בּיז זיין טויט נע- בּליבּן דער קעניג פון די עטלעכע גענענדן אין עבר חירדן און לבנון, און עס זענען געבליבּן פון אים אויך מטבעות, אויף וועלכע עס זענען פאראן אויפנעקריצט די בּילדער פון די רוימישע קיסרים (נירה, אספּסינוס, טיטוס און דאַמיציאן). אן- ריפּס איז געשטאַרבּן ווארשיינליד אין דעם יאר 90 פֿון דער אַנגענומענער צייט- רעבנונג.
אנרת אין דער העבּרעאישער שפּראַד הייסט , אנרת'' א ,בריוו'', און מיר נע- פינעז דאָס דאָזיקע ואָרט ערשט אין די שפּעטערדיקע תנ' ד-ספרים, אין מגילת-
אגרת---אדא
112
אסתר (,,אנרת הפּורים'', אסתר ט') נחמיה ב' (,אנרת אל אסף') און דברי הימים ב' ?', וועלכע זענען געשריבּן נעװאָרן אין די צייטן ווען יידן האָבֹּן זיך געפונען אונ- טער דער הערשאַפט פון פּערסיע (פּרס). -- אין די שפּעטערדיקע צײיטן פון מיטל- אַלטער זענען דערשינען א גאנצע ריי ספרים מיטן נאָמען , אנרת', טייל פון זיי זענען געווען ,ברייו'', און טײַל זע- נען געווען קלענערע ספרים, און דאָס װאָרט ;;אנרת'' האָט נעהאַט די בּאדייטונג פון א !בּראָשוֹר'' אָדער קונטרס. -- זייער בּאַרימט און וויכטיק זענען פאָל גנדע ספרים מיטן נאָמען ,אנרת'; ) ,אנרת דרב שרירא נאון', װאָס אין געשריבּן געװאָרן דורך דעם גרויסן נאון אין בּב? רב שרירא; דער דאָזיקער ,בריוו'? האָט אַ קאַלאָסאַלע בּאדייטונג פאר דער פאָרשונג פון דער יידישער נע- שיכטע: 9) ,אגרת תימן' פון רמב'ם און בכל? די אנדערע ,, אגרות'' פון רמבם, װאָס גיבּן אונדז אַ בּלִיק אין דער יידישער נעשיכטע פון יענע צייטן; 8) ,אנרת בע- לי חיים'' פון רבּי קלונימוס בֹּן קלונימוס; 64 ,אנרת התשובה'' וי אויך אַנדערע שפּעטערדיקע ספרים מיטן נאַמען ,אג- רת''. -- יֶוענן די אלע ספרים גיבּן מיר בּיים נאָמען פֿון מחבּר פון יעדן ספר. למש? וענן ,אגרת דרב שרירא גאון" בּיים זוך-װאָרט ,,שרירא נאון', און אזוי כסדד.
אדא בר אהבה דאָס איז דער נאַמען
פון צוויי אמוראים, װאָס ווערן דערמאַנט אין דער נמרא. דער ערשטער רב אדא בר אהבה, האָט געלעבּט אין בּב? אין צוויי- טן דור פון די אמוראים (אין דריטן יאר- הונדערט). רב אדא האָט געלעבּט לאַננ, און די נמרא תענית כ' זאָנט, אז וועז מען האָט נעפרענט רב אדאן מיט װאָס ער האָט זוכה געווען צו אריכת ימים, האָט ער געענטפערט, אז ער האָט זיך קיינמאַל
119
נישט געבּייזערט אין זיין שטוב און ער האָט זיך נישט נעפרייט מיט דעם אומ- גליק וואָס אין. נעשען א צוייטן אין דערזעלבּער נמרא תענית כ' ווערט דערציילט, אז ווען מען האָט בעדארפן ארויסנעמען זאכן פון א שטוב, װאָס האָט געהאלטן ביים איינפאלן, האָט מען דאָרט מיטגענומען רב אדאן, זייענדיק זיכער, אז אזוי לאַנג וי ער איז דאָרט דאָ וועט דער שטוב נאַרנישט נעשען. -- דער צוויימער רב אדא בר אהבה האָט אויך געלעבּט אין בּבל? אָכּער א סך שפּעטער, אין 4טן דור פון די אמוראים. ער אין געווען א תלמיך פון אמורא רבא.
אַדאָס ת7910 אין די אַלטע ידי- שע ספרים, שוין נאָך די צייטן פוּן דער נמרא, ווערן געבּראכט צוויי מעסטוננען פון דער לענג פון זון-יאָר ,שנת החמה", וואָס איז נוטיק כדי פעסטצושטעלן דעם יידישן קאַלענדאר. איין לענג פון יאר איז 869 טעג מיט 6 שעה, און די דאָזיקע לענג פֿון זוןדיאר רופט מען ,,תקופת שמו- אל?, ווייל זי זאָל האָבּן פעסטנעשטעלט געװאָרן דורך דעם אמורא שמואל. די צווייטע לענג אין נאָר 809 טעג מיט 8 שעה מיט 997 חלקים (א שעה ווערט צע- טיילט אויף 1080 ,,חלקים'') און 48 רגעים (יעדער חלק ווערט צעטיילט אין 76 ,רגעים''). לויט דער דאָזיקער רעכנוננ קומט אויס, אז אין פארלויף פון 19 יאר (דאָס ווערט גערופן ,,מחזור י'"ט שנה''), אין וועלכע עס זענען פאראן 7 עיבורזיא- דז, גלייכט זיך אויס דאָס ,זו-יאר" (גשנת החמה') מיט דעם פלבנהיאר (.שנת הלבנה''). אָט דעם דאָזיקן צוויי- טן רעכנונג, וועלכער אין טאַקע ריכטי- קער פון דער ערשטער לענג, רופט מען אין יענע אלטע ספרים ,תקופת רב שדא בר אהבה/, דאָס הייסט, אַז רב אדא האָט דעם רעכנונג געפֿונען. דער ערשטער, ואָס דערמאַנט די דאָזיקע ,,תקופת רב אַדאַ בר
אדאט תקופה--אדאם
114
אַהבח'' איז רבּי אברהם בר חייא הנשיא (אין זיין /,ספר העבור'), אין אֶנהוֹיב פון 19ט1 יארהונדערט. ווער עס איז געווען דער דאַָזיקער רב אדא בר אהבה אין
שווער צו זאַנן. געוויינלעך מיינט מען, אזי
דאָס איז איינער פון די צוויי אמוראים' רב אדא בר אהבה פון דער נמרא. אַבֹּעדי א נאַנצע ריי יידישע געלערנטע וי סלא- נימסקי אין ,,תולדות וזשמים'', פּינעלעם. אין ,דרכה ש? תורה', באַרנשטיין אין זיינע עיבור פאָרשוננען אין די זאמל-בי- כער ,חתקופה'' זאַנן ארויס זייער מיי- נונג, אז די ,,תקופת רב אדא'' איז אויפגע- קומען ערשט אין די צייטן נאָך דער נמרא.
| אויף דער ,,תקופת רב אַדאַ'" שטיצט זיך'
אונזער גאַנצעד היינטיקער יידישער לוח.
אדאם מיכאַל משומד אין 16טן יאר-- הונדערט אין דער שוייץ, אין ציריך;. ערשטער איבּערזעצער אויף דער יידישער שפּראך פון חומש מיט הפטורות און דיי חמש-מגילות, נעדרוקט אין דער שטאט. קאָנסטאַנץ 1544; דאָס איז די ערשטע גע- דרוקטע תורה-איבּערזעצונג אויף ייריש. און זי איז בּאקאַנט מיטן נאָמען ,די קאָן- סטאַנצער בּיבּל''. מיכאַל אַדאַם האָט אויד איבּערזעצט אויף יידיש דעם היסטאָרישז ;ספר יוסיפון'' (געדרוקם צום ערשטן מאָל ציריך 1240), ואָסק אין שפּעטער דערשינען פיל מאָל און איז געווען זייעך- פארשפּרייט בּיי די יידישע פאָלקס-מאַסן. אַדאַם רופט אָן יידיש ,,דייטש'' און אויך' ;לשון אשכנז!!; זיין שפּראך איז די אלט-- יידישע שפּראד. צום סוף פון דער הקדמה צו דער חומש-איבּערזעצונג בּרייננט אדאם עטלעכע גראמאטישע כללים פון דעם ערשטן העבּרעאיש-יידישן ווערטערבּוד . ,מרכבת המשנה'' פון רבּי אַנשׁל..--- אדאם האָט אויך איבערזעצט אויף יידיש . די נביאים ראשונים (קאַנסטאַנץ 1548)...
115
אַרװאָקאַסן צי איז געווען אין די אֵלֿ- טע יידישע צייטן אין ארץ-ישרא? אזא בּאַשעפטינונג וי ,אדװאַקאַטור'' אין די יידישע געריכטן, דאָס הייסט מענשן, װאָס זאָלן ארויסטרעטן אלס פארטיידי- קער און טענות-ערקלערער? דאָס איז א פראנע, אויף וועלכער עס איז שווער צו נעבן א באַשטימטן ענטפער. אין פּרקי אבות פּרק א' זאָנט יהודה בּן טבאי (װועל- כער האָט געלעבּט איבּער 100 יאָר פארן חורבן פון צווייטן בית המקדש) צו די תלמידים ,א? תעשו עצמיכם כעורכי הדינים'', און עס ווערט דורך טייל נע- טייטשט, אז דאָס מיינט ער: ,איר זאַלט נישט זיין וִוי די אדװאַקאַטן'' (,,עורד-דין, עורכי הדיינים''), װאָס קוקן נישט צִי איינער איז גערעכט צי אומנערעכט, נאַר זוער עס באצאָלט זיי, מיט דעם האַלטן זיי. אָבּער דער דאָזיקער טייטש איז נישט קיין זיכערער. אין דער גמרא כתובות פּ''ו ווייזט אויס, אז דאָס װאָרט ,,עורכי הדיי- גים'' מיינט מען יא אדװאַקאַטן, אין דער נמרא נגעפֿינען מיר אויך די גריכישע אויסדריקן ,,סניגור'' און ,פרקליט'' אלס אַדװאָקאַטן. אין די שפּעטערדיקע ספרים װוערט דער אדװאַקאַט ביים יידישן בית- רין אָנגערופן דער ,בורד'' אָדער דער ,טוען'". עס איז שווער צװאַנן, וֶוען יידן זענען צום ערשטן מאָל אין די אייראָפּע- אישע לענדער אויפנעטרעטן אלס אַדװאָ- קאַטן אין געריכטן. דער געלערנטער ני- דערמאן איז זיין בּוך , געשיכטע פון ער- ציהוננסהועזן בּיי יידן'" (אויף העבּרעאיש איבּערנעזעצט ,, התורה והחיים'' און אויף יידיש פון שטיף, ,יידישע קולטור-געשיכ- טע'") דריטער טייל קאַפּיט? פינף בּריינגט אז שוין אין 15טן יארהונדערט האַבּן קריסטן גענומען יידן אלס אדװאָקאַטן אין די געריכטן, וויי? די יידן האָבּ! דורד דעם נמרא-לערנען און די חריפות פון פּלפּולים זִיך דערװאָרבן פייאיקייטן דערצו. שר
אדװאָקאַטן---אדום
116
בּריינגט פון ספר ,,חוט השני'' סימן מ'"ה וועגן א ייד, װאָס איז א ,,מליץ בערכאת של גויים ואומנתו הוא זאת להליץ בּער יודי ונויים'' (אדװאַקאָט אין די גויישע געריכטן און דאָס איז זיין פאך צו פאר- טיידיקן יידן און גויים). שפּעטער, אין ענדע פון 18טן און אנהויבּ פון 19טן יארהונדערטער הױבּן מיר שוין אֵן זען אָפיציעל יידישע אדװואָקאַטן אין א נאנ- צער ריי לענדער אין אײיראָפּאַ, צוערשט איז פראנקרייך און נאַכער אין ענגלאנר, דייטשלאנד, עסטרייך, און דערנאָך אין אלע לענדער.
אדום נאָמען פון א לאַנד אין שכנות פון ארץיישראל, אין די צייטן פון תנ'!ד און זאָגאַר עטװאָס שפּעטער, אין די צִיו- טן פון 9טן בית-המקדש. אויך האָס פאלק װאָס האָט אין יענע אַלטע צייטן בּאַ- וואוינט דאָס אדום לאַנד, האָט מען נע- רופן ,,אדום'', אדער ,אדומיים'', דאָס הייסט די אדום-איינוואוינער. --- אדום האָט זיך נעפונען אין דרום פון ארץייש- ראל, און האָט זיך געצוינן פון ים-המלח ביז צום רויטן ים, וואס האָט געהייסן אין תנ'"ד ,ים-סוף''. דאָס ערשטע מאַל ווערט דאָס לאנד אדום דערמאַנט אין חומש בראשית 7''ב, אין זעלבּן פּסוק וערט דאָס דאָזיקע לאַנד אויך אָנגערופן , ארץ שעיר'', דאָס לאנד פון שעיר', דאָס ,לאנד שעיר''. דאָרט האָט געוואוינט עשו, דער בּרודער פון יעקב אבינו. אין די אלטע צייטן פון דער יידישער געשיב- טע איז דאָס פאָלְק אדום בּאַטראַכט גע- װאָרן אלס ,בּרודער פון יידישן פאָלק", צוליבּ דעם, וואָס עשו איז געווען דער בּרודער פון יעקב. מיר נעפינען אין חומש דברים כ''ח ,לא תתעב אדומי כי אחיד הוא'', (דו זאָלסט נישט פיינט האָבּן דעם אדומי, װאָרום ער איז דיין ברודער). אָבער ניט סוקנדיק אויף דער דאָזיקער ברודערשאַמט זענעזן שטענדיק געווען מל-
117
חמות צווישן אדום און דעם יידישן פאָלק, און עס האָט געערשט צווישן זיי א שטענ- דיקע פיינדשאַפט. און א ייד האָט נישט געטאָרט זייך משדך זיין מיט איינעם פון אדום פאר דעם דריטן דור. אין ספר שמן- אל ב' קאַפּיט? ח' ווערט דערציילט, אַן דוד המלך האָט איינגענומען דאָס לאנד אדום. שפּעטער, אין די צייטן פון יידישן קעניג יהורם בּן יהושפט אין געלונגען דאָס לאַנד אדום צו בּאפרייען פון דעם יידישן יאָך (,ויפשע אדום' -- דברי
הימים ב' כ''א), און פון דאמאַלט אָן האַ-
בּן ווידער זיך אַנגעהוױיבּן די כסדרדיקע מלחמות צווישן די בּיידע פעלקער. די פיינדשאפט צווישז אדום און דעם יידישן פאלק איז געווען אזוי גרויס, אז וֶוען די יידישע מלוכה איז חרוב געװאָרן אין דער ציים פוּן ערשטן חורבן ירושלים, האָט אדום זיך געפרייט, און די יירישע נביאים יחזקאל (?''ה), ירמיהו (מ"ט), עובדיה, האָבּן דעריבּער נביאות געזאַנט אויף דער מפּלה פון אדום. -- מיר טרעפן אויך אדום אין די שפּעטערדיקע צייטן פון 9טן בית המקדש. די יידישע חשמונאים-פירשטן האָבּן מלחמה געהאַלטן קעגן אדום, און דער חשמונאים פירשט יוחנן הורקנוס האָט איינגענומען ס'לאַנד און געצוואונ- נען אַלע איינוואוינער פון אדום זיך מפ- זיין אָנעמען די יידישע רעליניע. פון דע- מאָלט אָן זענען די אדומיים נעווארן יידן. פון זיי האָט זאָגאַר נעשטאַמט דער יידי- שער גרויסער קעניג שהורדים המלך". שפּעטער, אין דער צייט פון דער מלחמה, װאָס די יידן האָבּן נעפירט קעגן די רוי- מער בּיים חורבּן בית שני זענען קיין ירן- שלים געקומען 90 טויזענט אדומיים און געהאָלפֿן די העלדן פון ירושלים אין זיי- ער קאַמף קעגן די רוימער. פון חורבן בית שני אָן וװוערט נישט מער דערמאַנט אין דער געשיכטע דאָס פאלק אדום, און אין זייער לאַנד טרעפן מיר שוין דעם ארא-
אדום
118
בּישו שבט ,נאבאשטעער'' ,נביות''. היינט וואוינען אין דעם געגנט פון אמאַליקן אדום אראבּער, אממייסטן וואנדערענדע בּעדואינער. דאָס לאַנד אין אים אלנע- מיין פּוסט. -- פאראן א מיינונג פון טייל געלערנטע, אז אין אלטן אדום זענען גע- ווען דיכטער און דיינקער, װאָס האָבּן געשריבּן פארשיידענע וויכטיקע ספרים, און אז דאָס פילאָזאָפישע ספר ,איוב" פון תנ''ך איז געשריבּן נעװאָרן נישט דורךד יידן, נאָר דורך איינעם פון די אלטע חב- מים פון אדום, און די שפּראַך פון אדום איז געווען איננאַנצן ענלעך צו דער העב- רעאישער שפּראך,. פאראן א מיינונג, אז אויד די צוויי קאַפּיטלעך אין משלי פ' און ל''א פון , אנור בּן יקה משא'' זענען פון די אלטע חכמים אין אדום, און דע- ריבּער איז דאָרט די שפּראך פון די אלטע אדומיים. אין דער נמרא האָט דער נאַמען ;אדום'' געדינט אלס סימבּאָל צו בֹּא- צייכנען דערמיט די פארהאַסטע הער שאַפט פון רוים, װאָס האָט דאמאָלט גע- הערשט איבער ארץ-ישרא? און נעמפי- ניקט די יידן. אויך די יידישע חכמים נאָך דער נמרא, רבּי סעדיה נאון, דער אבן-עזרא, דער רמב"ם רופן אַן רוים ,אדום''. דער רד"ק אין זיין פּירוש סוף ספר יואל גלויבּט, אז די ,מלכות רומי'" איז בּאַשטאַנען פון אדומיים. אינם ספר יוסיפוז, ואס איז פארפאסט געוואָרן אי פריעז מיטלאַלטער, ווערט דערציילט די לענענדע, אַז צפו, דער אייניקל פון עשױ איז אַנטלאָפן פון אדום קיין איטאַליע אוז ער איז געװאָרן דער ערשטער מלך אין רוים,